- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו דער אָנגעשטרענגטער צײַט אין ישׂראל, באַזונדערס, צוליב דעם אַלגעמיינעם קריזיס נאָך דער מלחמה אין לבֿנון — אין און אויסער דעם לאַנד — האָט איר אויסגעפֿעלט, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, נאָר אַ קדחת. אָבער אויך די אָנשיקעניש האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן. דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ", וואָס עס קלײַבט זיך דורכצופֿירן אין ירושלים "דאָס אָפֿענע הויז" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון דער סעקסועלער מינדערהייט — האָט אָבער אָפּגערוקט אין אַ זײַט אַלע "ברענענדיקע מלוכה-ענינים" און צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט. צווישן דעם איצטיקן זשום און רעש ערבֿ די וואַלן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט זיך די טעג דערהערט אַ קול, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק מיט זײַן ניכטערער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן דער דערקלערונג פֿון האַואַרד דין, דער הויפּט פֿונעם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט. און געזאָגט האָט ער, אַז אויב די דעמאָקראַטן וועלן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן קאָנגרעס, הייסט עס נאָך נישט, אַז עס וועט זיך בײַטן דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קורס מכּוח דער מיליטערישער אַקציע אין איראַק. פֿופֿציק יאָר האָט אָפּגעצייכנט אויף איר קאַלענדאַר די וועלט, זינט עס איז, אין בודאַפּעשט, דערשטיקט געוואָרן דער אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. די געשיכטע, ווי ס'איז באַוווּסט, פֿײַערט נישט קיין יובילייען, ווײַל אין יעדער היסטאָרישער געשעעניש איז פֿאַראַן איר פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זײַט. פֿאַר דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס דערשטיקן דעם בודאַפּעשטער אויפֿשטאַנד געווען אַן נצחון איבער די "רעאַקציאָנערע, פּראָ־אימפּעריאַליסטישע כּוחות". פֿאַר די אונגאַרישע אויפֿשטענדלער און קעגנער פֿונעם סאָוועטישן יאָך, איז עס אַוודאי געווען אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. אַ קוק טאָן אָבער אויף צוריק מיט דער קאַלטער אָפּשאַצונג פֿון צײַט, איז דער בלוטיקער אָקטאָבער אין בודאַפּעשט 1956, געווען אַן אָנהייב פֿונעם אַלגעמיינעם קראַך פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער בכלל, און דער סאָוועטישער אימפּעריע בפֿרט. אינעם לעקסיקאָן פֿון דער ישׂראל־געשיכטע, ווערן די מלחמות נומערירט. די צווייטע מלחמה אין לבֿנון איז נאָך איין בײַשפּיל דערפֿון. קיינעם אין ישׂראל איז נישט אײַנגעפֿאַלן אָנצורופֿן זי — די "לעצטע"; ווײַל די ביטערע דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז דער וואָרטבאַהעפֿט "לעצטע מלחמה" פּאַסט זיך נישט אַרײַן דערווײַל אין דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט. נאָך מער: די צווייטע מלחמה אין לבֿנון האָט געעפֿנט פֿאַר די אַראַבישע לענדער פֿונעם מיטעלן מיזרח אַ נײַע אָפּציע — אַ נצחון נאָך דער מפּלה. האָבן מיר שוין, הייסט עס, אַ נײַע סדרה, אַ נײַע נוקלעאַרע "זייף־אָפּערע", וווּ דער הויפּט־העלד איז דער קליינער מאָנסטער פֿון צפֿון־קאָרעע, קים טשען איר. אייגנטלעך, איז די קאָרעיִשע "נוקלעאַרע סדרה" גאָר נישט קיין חידוש אין די לעצטע עטלעכע יאָר. ביז אַהער האָט זי אָבער מער דערמאָנט אַ פּילפּול, אַ פֿאַרפּלאָנטערטן סיכסוך, וווּ ביידע צדדים האָבן געפֿאָדערט זייערס, און איינער דעם אַנדערן נישט געהערט. הײַנט, נאָך דעם ווי צפֿון־קאָרעע האָט אויסגעפּרוּווט איר נוקלעאַרן געווער, איז דער פּילפּול פֿון אַ טעאָרעטישן סיכסוך זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּראַקטישן ענין, מיט אַלע מעגלעכע פֿאָלגן וואָס עס קאָן שאַפֿן די סיטואַציע, ווען אין די הענט פֿון אַ טיראַנישן דיקטאַטאָר פֿאַלט אַרײַן אַזאַ שרעקלעכער וואָפֿן. די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע. מע קאָן לעצטנס אָפֿט הערן פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע" וועגן אַ מין פּשרותדיקן פּלאַן פֿון אַ פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, אַ צונויפֿגוס פֿון "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך". דערמאָנט עס באַלד אין יענעם געמיש פֿון נאַפֿט און השתּנה. אין רעזולטאַט באַקומט זיך, אַז די קוואַליטעט פֿון דער השתּנה ווערט טאַקע העכער, אָבער אַזאַ געמיש מאַכט גיך קאַליע דעם מאָטאָר און די מאַשין בלײַבט, סוף־כּל־סוף, שטיין. אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט די 61סטע גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען". ווי מ'האָט דערוואַרט פֿון פֿריִער, איז די הויפּט־סענסאַציע פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש און דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעזשאַד. די קאָנפֿראָנטאַציע פֿון די צוויי נעגאַטיוו־פּאָפּולערע וועלט־פֿירער וואַקסט און נעמט אָן כּוח; אין דער נאָכמלחמהדיקער געשיכטע פֿון אַמעריקע, האָט נאָר פֿידעל קאַסטראָ דערגרייכט אַזאַ הויכן גראַד פֿון אומחן. און ס'האָט גענומען צענדליקער יאָרן, ביז פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אים דערלאַנגט די האַנט; אין יאָר 2000 איז עס געשען און, שטעלט זיך פֿאָר, פּונקט אויף אַזאַ מין אַסיפֿה. אָבער אין דעם פֿאַל גלייבט זיך אָבער נישט, אַז די צוויי גדולים וועלן בײַ זייער פּרעזידענטשאַפֿט דערלעבן צו אַזאַ רירנדיקן מאָמענט, אַפֿילו ערגעץ אין די קולואַרן. דער אַלטער מיין, אַז מיט אַ ייִד איז נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן, איז אַקטועל הײַנט אויך; און נישט סתּם מיט אַ ייִד, נאָר מיט אַ ייִדישער רעגירונג. זעט איר דאָך, נאָך דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, פֿאַרמאַכט זיך נישט דער טויער אין ירושלים: אָט איז געווען דער ראָש פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, און אָט איז נאָך אים געקומען סערגיי לאַווראָוו, דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד; נישט באַוויזן אַראָפּצונעמען פֿונעם טיש דעם סאַמאָוואַר, ווי מע דאַרף שוין דערלאַנגען ענגלישע טיי מיט מילך — דער פּרעמיער טאָני בלער שטייט שוין אויף דער שוועל. פֿינף יאָר איז אַוועק, זינט יענעם שרעקלעכן טאָג פֿון 11טן סעפּטעמבער, ווען די גאַנצע וועלט, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם בײַ די טעלעוויזיע־עקראַנען, האָט נאָך אַלץ נישט געגלייבט, אַז אַזוינס קאָן געשען. אַזוי טרעפֿט יעדעס מאָל מיט דער מענטשהייט, ווען ס׳געשעט עפּעס אַזוינס אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט, וואָס ביז אַהער האָט עס נישט עקזיסטירט אין אונדזער היסטאָרישן זכּרון; זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל — צי דאָס זאָל זײַן צום גוטן, צי צום שלעכטן. צום וווילן, צי צום בייזן. צום פּראָגרעס אָדער רעגרעס... |