מע קאָן לעצטנס אָפֿט הערן פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע" וועגן אַ מין פּשרותדיקן פּלאַן פֿון אַ פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, אַ צונויפֿגוס פֿון "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך". דערמאָנט עס באַלד אין יענעם געמיש פֿון נאַפֿט און השתּנה. אין רעזולטאַט באַקומט זיך, אַז די קוואַליטעט פֿון דער השתּנה ווערט טאַקע העכער, אָבער אַזאַ געמיש מאַכט גיך קאַליע דעם מאָטאָר און די מאַשין בלײַבט, סוף־כּל־סוף, שטיין.
מערבֿ איז גרייט צו אָנערקענען דעם "פּשורותדיקן געמיש" פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מיט איין תּנאי, אַז די דאָזיקע רעגירונג זאָל זיך האַלטן בײַ דער "וועגן־מאַפּע", דאָס הייסט, צו אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל; מסכּים זײַן מיט אַלע אָפּמאַכן, וואָס זײַנען ביז אַהער אָנגענומען געוואָרן; מאַכן אַ סוף צו די טעראָריסטישע אַטאַקן אויף דער ייִדישער מלוכה.
מיט אַזאַ "גרייטקייט", גיט דאָך דער מערבֿ פֿאַקטיש אַרויס דעם "כאַמאַס" אַ רעהאַביליטאַציע־קוויטל. וואָלט דער "כאַמאַס" זיך געדאַרפֿט פֿאַר דעם "קוויטל" אָנכאַפּן, ווי פֿאַר אַ רעטונגס־שטרויעלע... איז וואָס זשע?!
פֿון די אַלע דערמאָנטע תּנאָים, איז "כאַמאַס" קוים גרייט אויסצופֿירן נאָר איין תּנאי: מסכּים זײַן מיט אַלע אָפּמאַכן, וואָס זײַנען ביז אַהער אָנגענומען געוואָרן; אויב אַוודאי עס וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אַזאַ מין רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלן אַחדות. וואָס שייך די אַנדערע פּונקטן, באַזונדערס, מכּוח דער אָנערקענונג פֿון מדינת־ישׂראל, טאָר עס נישט אַרויסגעבראַכט ווערן אויף דער שפּיץ צונג!
פֿרעגט זיך טאַקע: אויף אַזאַ "געמיש" קאָן די פּאַלעסטינער "מאַשין" זיך באַוועגן, נוצנדיק די מערבֿדיקע "וועגן־מאַפּע"?
אַ נײַער צענזאָר פֿאַר קולטור?
זעט אויס, אַז עס קומט אַ צײַט, ווען נישט נאָר דער פּויפּסט וועט נישט קאָנען עפֿענען דאָס מויל צו האַלטן אַ דרשה, נאָר קיין איין זינגער וועט נישט מסוגל זײַן אַרויסצוקוועטשן פֿון זיך אַ קלאַנג, סײַדן סײַ דער פּויפּסט און סײַ דער זינגער וועלן קודם נישט אויסבעטלען אַ דערלויבעניש עס צו טאָן בײַ עפּעס אַ מוסולמענישן אימאַם.
הײַנט איז מען אויפֿן פֿליפֿעלד גרייט צו פֿאַרבלײַבן אין די הוילע גאַטקעס, אַבי בשלום אָנצוקומען אַהין וווּ דו קלײַבסט זיך צו פֿליִען. אין "סאָבוויי" הערט מען יעדעס מאָל אַ וואָרעניש, מע זאָל לייגן אַכט אויף יעדע זאַך, וואָס רופֿט אַרויס אַ חשד. קוקט מען זיך אונטער די פֿיס און אין די הענט פֿון יעדן נײַ־אַרײַנגעקומענעם פּאַסאַזשיר, כאָטש קיינער פֿאַרשטייט נישט, וואָס צו זוכן.
די לעצטע געשיכטע אַרום דעם בערלינער טעאַטער רופֿט דערווײַל אַרויס אַ שמייכל; עס זעט אָבער אויס, אַז אָט־אָט וועט קומען די צײַט צו לאַכן מיט יאַשטשערקעס. דאָס אויסשליסן פֿונעם רעפּערטואַר מאָצאַרטס אָפּערע "אידאָמענעי", אַלמאַי זי קאָן, חלילה, אַרויסרופֿן כּעס בײַ די מוסולמענער, שאַפֿט אַ נײַעם פּרעצעדענט, אַז נישט נאָר אין פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, נאָר אויך אין קולטור וועט דער איסלאַמישער פֿאַנאַטיזם האָבן די אויבערהאַנט, און אָנווײַזן וואָס צו זינגען און צו טאַנצן אין די אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטערס, און וואָס פֿאַר אַ פֿילמען צו ווײַזן אין די קינאָס.
נאָך אַזאַ צענזור, לטובֿת דער מוסולמענישער וועלט, וואָלט דער בערלינער אָפּערע־טעאַטער געזאָלט אויך אַרויסנעמען פֿון איר רעפּערטואַר די באַקאַנטע אָפּערע פֿון קאַמיל סען־סאַנס "שמשון און דלילה", וווּ די פּלישתּים, די אַמאָליקע גרעסטע שׂונאי־ישׂראל, פֿאַרנאַרן און ממיתן זיך איבער דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן גיבור. שוין צײַט, אַז די ייִדן זאָלן אויך אַרויסווײַזן זייער כּעס.