- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ נאַכט, פֿון 12טן אויפֿן 13טן יאַנואַר 1948, איז אין דער שטאָט מינסק, ווײַסרוסלאַנד, דערמאָרדעט געוואָרן שלמה מיכאָעלס. אין יענע ווײַטע קאַלטע טעג, מיט 60 יאָר צוריק, האָט מען בפֿירוש נישט געדאַרפֿט צוגעבן און אָנרופֿן די אַלע טיטלען, באַלוינונגען און פֿאַרדינסטן פֿון דעם סאָוועטישן בירגער שלמה מיכאָעלס, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים צוגעטיילט — מע זאָל וויסן ווער דער דאָזיקער ייִד איז. אין די טעג ווען אויף די רחבֿותן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ הייסער און הייסער פֿון די וואַל־שלאַכטן צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, פֿירט דער איצטיקער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" דורך זײַן אייגענע שלאַכט אויף די ראַנדן פֿון זײַן אויסגייענדיקער פּרעזידענטשאַפֿט. אייגנטלעך, זעט עס שוין אויס נאַטירלעך, אַז דער פֿירער פֿון דער גרעסטער מדינה זאָל בײַם סוף פֿון זײַן רעגירן, לעצטנס זײַנען אין אוזבעקיסטאַן פֿאָרגעקומען די פּרעזידענט־וואַלן, וווּ ס׳איז ווידער אויסגעוויילט געוואָרן דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט איסלאַם קאַרימאָוו. צו דער מאַכט איז ער געקומען מיט 18 יאָר צוריק, ווען אוזבעקיסטאַן איז נאָך געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אוזבעקיסטאַן איז הײַנט אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, וואָס איר פֿירערשאַפֿט — פּרעזידענט קאַרימאָוו און זײַן קליקע — האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע מאַכט. פּונקט ווי צוויי אַנדערע אַזיאַטישע לענדער, טאַדזשיקיסטאַן און טורקמעניסטאַן, איז אוזבעקיסטאַן הײַנט אַ געשלאָסן לאַנד, וווּ אַפֿילו די אינטערנעץ געפֿינט זיך אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל פֿון די זיכערהייט־כּוחות. פּרוּווט אומיסטן אַרײַנצוגיין דורכן GOOGLE אין "אוזבעקיסטאַן", אָדער "איסלאַם קאַרימאָוו", וועט איר גיך פֿאַרשטיין, אַז יעדע נעגאַטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן די צוויי "אָביעקטן" איז פֿאַרבלאָקירט. דער מאַכט־פּאַראַד אין רוסלאַנד גייט אָן ווײַטער, נאָך איידער ס‘איז געקומען דער טאָג פֿון די וואַלן. ווי באַוווּסט, האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מיט צוויי וואָכן צוריק אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן "יורש" — דמיטרי מעדוועדיעוו; בײַ זײַן ערשטן אויפֿטריט האָט דער "גרינער" יורש באַלד אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם פּרעמיער, מיט וועלכן ער וואָלט געוואָלט אַרבעטן — וולאַדימיר פּוטין. ס׳איז נישט קיין סוד, אַז צו זײַן אַ לערער איז אַ בכּבֿודיקע מלאָכה, אָבער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ברעגט עס נישט. לערערײַ איז אין אַלע צײַטן געווען אַ ביטער שטיקל ברויט, הגם דער לערער גופֿא האָט זיך זעלטן ווען געקלאָגט. נישט אומזיסט פֿלעגט מען זאָגן: יעדער מלמד איז אַ שטיק שלימזל. וועט איר זאָגן: אַזוי איז געווען אַמאָל. אין גלות. דער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל — סײַ פֿון די לערער אין די שולן און סײַ פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן — איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז וואָס שייך לערערײַ, איז דער מצבֿ פֿון די מאָדערנע מלמדים ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. אַוודאי זײַנען די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין רוסלאַנד געווען צווישן די וויכטיקסטע געשעענישן אויפֿן פּאָליטישן קאַלענדאַר פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך. קיינער האָט נישט אַרויסגעקוקט אויף קיין נסים. הלוואַי וואָלטן די דאָזיקע וואַלן געווען אַזוי דורכזיכטיק און ערלעך דורכגעפֿירט, ווי עס האָבן זיך קלאָר אָנגעזען די קומענדיקע רעזולטאַטן, מיט זייער גאַנצן שמוץ און שקר. מיר האָבן געבראַכט דאָ דעם איבערפֿראַזירטן זאָג, נישט, חלילה, כּדי צו דערהייבן אַמעריקעס ווילן צו גאָטס מעגלעכקייטן. אָבער דווקא אין די טעג, ווען עס קומט פֿאָר די קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, האָט זיך דערמאָנט דאָס אַלטע ייִדישע ווערטל: אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם. דעם 2טן דעצעמבער קומען אין רוסלאַנד פֿאָר די פּאַרלאַמענט־וואַלן. אין שײַכות מיט דעם שרײַבט די באַקאַנטע ניו־יאָרקער צײַטונג The Wall Street Journal: "די וואַלן אין רוסלאַנד קומען פֿאָר לויט אַזאַ מין קלאָרן סצענאַר, און דער פּוטיניזם האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַזאַ פֿעסטער אינסטיטוציע, אַז עס האָט שוין נישט קיין זין צו פֿאַלסיפֿיצירן די וואַל־רעזולטאַטן, כּדי צו גאַראַנטירן גאָר קאָנקרעטע רעזולטאַטן". מעגלעך, אַז נעמענדיק אין באַטראַכט די שפּיל פֿון קרעמל, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע ביוראָ פֿון מענטשן־רעכט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען קיין רוסלאַנד צו קאָנטראָלירן די "דורכזיכטיקייט" פֿון די דאָזיקע וואַלן. די פּאַלעסטינער האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אויפֿגעשטעלט זייער פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער, יאַסיר אַראַפֿאַט, אַ מאַווזאָליי. דערווײַל — אַ קורצווײַליקן, וואָס שטייט אויף רעלסן. דאָס מיינט, אַז אין בעסערע צײַטן וועט דער מאַווזאָליי "אַריבערפֿאָרן" צו זײַן שטענדיק אָרט, קיין ירושלים, ווען די שטאָט וועט ווערן די קרוינשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מלוכה. אַזוי האָט געטרוימט זייער "גרויסער ראַיִס", יאַסיר אַראַפֿאַט. דער שטרײַק פֿון סצענאַר-שרײַבער קען אָט-אָט פּאַראַליזירן די גאַנצע ריזיקע אינדוסטריע פֿון אַמעריקאַנער זייף-אָפּערעס. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן דעם אומגליק? ניט נאָר די ווערטער וועלן בלײַבן ניט אָנגעשריבן, אָבער מע וועט אויך איבערלאָזן דאָס גאַנצע לאַנד אָן די קאָמאַנדעס, ווען מע דאַרף לאַכן. און אין די גאָר "ערנסטע" סעריעס — וואָס וועלן טאָן און דברן די שיינהייטן אויף הויכע אָפּצאַסן? אין אַזעלכע שיך און מיט אָפֿענע דעקאַלטעען איז, אַ פּנים, גרינגער צו שיסן און, בכלל, כאַפּן גזלנים. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען אין פּוילן דורכגעגאַנגען די אויסעראָרדנטלעכע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. די פֿירנדיקע פּאַרטיי פֿון די ברידער קאַטשינסקי "געזעץ און גערעכטיקייט" האָבן די וואַלן פֿאַרשפּילט, און צו דער מאַכט איז געקומען די רעכטליבעראַלער פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרם", אין שפּיץ מיט דאָנאַלד טוסק... |