- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער מלחמה אין איראַק; דער פּאַלעסטינער צווישנקריגערײַ פֿאַר דער מאַכט; די איראַנישע פֿיפֿיקע טריקס בײַם געווינען צײַט פֿאַר זייער וואָפֿן־פּראָגראַם; דער סירישער אומבאַהאָלפֿענער שפּיל צווישן מערבֿ און איראַן און נאָך צענדליקער אַנדערע סכּנותדיקע פֿאַקטאָרן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום, ליגט פּאַקיסטאַן מיט זײַן פּעקל פּראָבלעמען דערווײַל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, מיטן שטעמפּל "נישט פֿון די ברענענדיקע". דער וועג פֿון קאָנפֿראָנטאַציע מיטן מערבֿ, וואָס רוסלאַנד איז לעצטנס אַרויף אויף אים, ווערט שטאָציקער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך עס בולט אַרויסגעוויזן דורך עטלעכע זאַכן: פּוטינס דערקלערונג, אַז רוסלאַנד גייט אַרויס פֿונעם "אָפּמאַך וועגן אָרדינערע וואָפֿנס"; דער סיכסוך מיט ענגלאַנד צוליב לוגאָוואָי, וואָס לאָנדאָן באַשולדיקט אים אין דערמאָרדן דעם רוסיש־ענגלישן בירגער ליטווינענקאָ; דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, איז געווען אַ גאַסט בײַם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, אין זײַן היים. אַזאַ גרויסן כּבֿוד האָט נאָך קיין איין פּרעזידענט פֿון קיין לאַנד נישט דערלעבט. וואָס איז? מעגלעך, די צוויי פּרעזידענטן האָבן זיך טאַקע אַזוי פֿאַרחבֿרט, אַז זיי פֿאַרבעטן איינער דעם אַנדערן צו גאַסט. דער אַמעריקאַנער, ווי אַ פֿאַרברענטער פֿישער, פֿאָרט מיט וולאַדימירן כאַפּן פֿיש, און וולאַדימיר, די וועלט האָט שוין ווידער וועגן וואָס צו זאָרגן: וואָס טוט מען מיט די צוויי טעריטאָריעס אין דער געוועזענער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס האָט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי אַדמיניסטראַטיווע טיילן, בראָש מיט "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס"? און אויב ביז אַהער האָבן די צענדליקער פּלענער־פּרימאָטשקעס געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, האָבן די פּאָליטיקער — די וועלט־רופֿאים, סײַ פֿון מערבֿ און סײַ פֿון מיזרח, זיך געלאָזט איצט ווײַטער אויסצוטראַכטן נײַע "רפֿואות" און "סגולות" פֿאַר די פּאַלעסטינער. אַלע זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט דער דאָזיקער קרענק, אַז מ‘האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן נאָך איין צד — די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער, דאָס הייסט, בירגער פֿון ישׂראל פֿונעם אַראַבישן אָפּשטאַם. נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רעגירונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿגעקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן. נישט די "הייליקייט" פֿון מעקאַ, נישט די צוגעזאָגטע מיליאָנען פֿון די סאַודיער אַפּוטרופּסים, נישט די פֿילצאָליקע צוזאַמענטרעפֿן און אָפּמאַכן צווישן די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", האָבן צו קיין שלום־בית נישט געבראַכט. די צאָל קרבנות וואַקסט און נישט בלויז צווישן די מיליטאַנטן; דאָרט וווּ מע שיסט קאָן מען דערהרגענען, זאָגט דאָס ווערטל. דער וועג פֿונעם "ווײַסן הויז" קיין דײַטשלאַנד, אין הײַלינגענדאַם, וווּ עס קומט פֿאָר דער סאָמיט פֿון די G-8 לענדער, ליגט דורך עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש, האָט בדעה פֿעסטצושטעלן דעם שטאַנדפּונקט פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, מכּוח די פּראָבלעמען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָזיקע לענדער. אַזוי, למשל, אין אַלבאַניע וועט געוויס גיין אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ און איר אומאָפּהענגיקייט; אין פּוילן און טשעכיע — וועגן דער אינסטאָלאַציע פֿונעם שוץ־ראַדאַר, אַן עלעמענט פֿון דער אַלגעמיינער קעגנראַקעטן־סיסטעם. סײַ דער פּראָיעקט אַרום קאָסאָוואָ און סײַ דער פּלאַן אַרום דער קעגנראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע רופֿן אַרויס אַ שאַרפֿע קריטיק בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. ווי אַ סענסאַציע, ווערט אָפּגעשאַצט די טרעפֿונג צווישן די הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון וואַשינגטאָן און טעהעראַן, וואָס איז די וואָך פֿאָרגעקומען אין באַגדאַד. די איינציקע טעמע, וואָס איז געווען דאָרט באַרירט, האָט געהאַט אַ שײַכות צום קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ אין איראַק. אייגנטלעך, האָט טאַקע דער דאָזיקער מצבֿ צונויפֿגעפֿירט די ביידע צדדים, וואָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אויף אַזאַ הויכן דיפּלאָמאַטישן אופֿן נאָך 28 יאָר. נאָך דער רעוואָלוציע אין איראַן, וואָס האָט געבראַכט צו דער מאַכט די פֿאַנאַטישע איסלאַמיסטישע רעגירונג, איז איראַן געוואָרן אַ טייל פֿון דעם באַקאַנטן "אַקס פֿון בייז", און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנגעהויבן אויסזען אין די אויגן פֿון די פֿאַנאַטיקער ווי דער "גרויסער שׂטן". מע רופֿט זיי אין ישׂראל, זײַנען אין שׂדרות כּמעט נישטאָ. סײַדן, בײַם שוץ־מיניסטער עמיר פּרץ, אַ תּושבֿ פֿון דער שטאָט, וואָס באַווײַזט זיך דאָרט, אַגבֿ, זייער זעלטן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט קאָנדאַליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רוסלאַנד. ווי עס פֿירט זיך אויף אַזאַ הויכן אופֿן, האָט די פּרעסע "דערוואַרעמט" דעם עולם נאָך איידער די געסט פֿון וואַשינגטאָן האָבן געלאַנדט אין מאָסקווע. ביידע צדדים אין זייערע עפֿנטלעכע דערקלערונגען האָבן זיך אויסגעטוישט מיט גענונג שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿון איינעם מכּוח דעם אַנדערן. אין די לעצטע חדשים זײַנען מיר געוואָרן עדות, ווי אין די געוועזענע סאַטעליטן־לענדער — סײַ פֿון די, וואָס זײַנען געווען אַ טייל פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַרבאַנד און סײַ די אומאָפּהענגיקע מדינות — קומט פֿאָר אַן אויפֿברויז פֿון אַנטי־רוסישע שטימונגען. מיר וועלן דאָ זיך נישט אַרײַנלאָזן אינעם באַטראַכטן די סיבות פֿון דער דערשײַנונג; זיי ליגן באַגראָבן אין טיפֿע היסטאָרישע און אידעאָלאָגישע שיכטן פֿון צווישנבאַציִונגען. מיר ווילן בלויז באַטאָנען, אַז ווי אַ רעזולטאַט און אַ קרבן פֿון אָט די דערשײַנונגען זײַנען געפֿאַלן, קודם־כּל, די דענקמעלער, לזכּרון די אומגעקומענע סאָוועטישע סאָלדאַטן, בעתן באַפֿרײַען די דאָזיקע פֿעלקער פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע. נאָך פֿאַר דעם ווי דער צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע איז דערשינען, האָבן די אויספֿרעגן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט געוויזן, אַז כּמעט 75 פּראָצענט בירגער פֿאָדערן, אַז דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, זאָל פֿאַרלאָזן זײַן אַמט. ער האָט ספּאָנטאַן באַשלאָסן אָנהייבן די מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ", ער האָט זי געפֿירט אויף אַ הפֿקרדיקן אופֿן, און ער דאַרף איצט טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דורכפֿאַל אין דער מלחמה. |