- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אָנגעשטרענגטער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח — דער פֿאַרשלעפּטער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, די מלחמה אין איראַק און דער רעגירונגס־קריזיס אין לבֿנון, דער נוקלעאַרער־סיכסוך אַרום איראַן — זײַנען געקניפּט און געבונדן צווישן זיך מיט אינטערעסן סײַ פֿון אַ לאָקאַלן און סײַ פֿון אַן אַלוועלטלעכן כאַראַקטער. די פּאָליטיק פֿון די מערבֿ־לענדער, וואָס האָבן ביז אַהער זיך באַמיט משפּיע זײַן אויף דעם ראַיאָן, באַנוצנדיק זיך מיט די טראַדיציאָנעלע דעמאָקראַטישע מיטלען פֿון רעגירן, האָט נאָך ביז אַהער קיין פֿויגלדיקע רעזולטאַטן נישט געבראַכט. ווער זשע איז אין ישׂראל די "פֿינפֿטע קאָלאָנע"? די פּרעסטיזשפֿולע יערלעכע קאָנפֿערענץ אין הרצליה האָט שוין אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט נישט ווייניק סענסאַציע־אַנטפּלעקונגען. צווישן זיי, האַלטן מיר, איז אויך דער אויפֿטריט פֿונעם באַקאַנטן געלערנטן דן שופֿטן (שופֿטאַן), אַ מומחה אין געביט פֿון ייִדן־פּאַלעסטינער באַציִונגען בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט. דער אויסערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ פֿאַרשפּרייטע קאַמפּאַניע קעגן די עקסטרעמיסטישע מעשׂים פֿון איראַן בכלל, און דעם איראַנישן פּרעזידענט, אַכמאַדינעדזשאַד בפֿרט. לויט די ידיעות, וואָס קומען פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום, איז די הויפּט־אויפֿגאַבע נישט בלויז צו שאַפֿן אין דער וועלט אַ פֿאַראייניקטן פֿראָנט צו קעמפֿן קעגן דער נוקלעאַרער סכּנה פֿון איראַן, נאָר אויך זיך דערשלאָגן צו אַ מישפּט איבער דעם איראַנישן פּרעזידענט פֿאַר זײַנע אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿטריטן; פֿאַר די פֿאַרברעכנס, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט נאָך פֿאַר דעם, ווי ער איז געוואָרן פּרעזידענט. אייראָפּע שרײַט — גוואַלד! וואָס איז? רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד קאָנען נישט קומען צו אַ הסכּם וועגן די נאַפֿט־פּרײַזן, לײַדן דערפֿון פּוילן, דײַטשלאַנד, סלאָוואַקײַ, טשעכיע און אונגאַרן — די שותּפֿים פֿון דער נאַפֿט־לייטונג "פֿרײַנדשאַפֿט". די דאָזיקע "פֿרײַנדשאַפֿט" האָט זיך נאָך אָנגעהויבן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען דײַטשלאַנד האָט געמיינט, דער מיזרחדיקער טייל, און טשעכאָסלאָוואַקײַ איז נאָך געווען איין מלוכה; שוין אָפּגערעדט, אַז רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען צוויי "ברידערלעכע רעפּובליקן" אינעם גרויסן און מעכטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿונעם ערשטן יאַנואַר פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן אין דער "יו־ען" דער נײַער גענעראַל־סעקרעטאַר — פּאַן גי מון. מיר וועלן זיך נאָך דאַרפֿן צוגעוווינען אַרויסצורעדן ריכטיק זײַן נאָמען, אָבער צײַט פֿאַר דעם איז דאָ גענוג. ווי ס׳איז באַוווּסט, איז פּאַן גי מון, אַ געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם אויסערן־מיניסטער פֿון דרום־קאָרעע. ער איז 62 יאָר אַלט און איז געוואָרן דער אַכטער גענעראַל־סעקרעטאַר זינט די "יו־ען" עקזיסטירט. דעם 23סטן דעצעמבער האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", סוף־כּל־סוף, אָנגענומען אַ באַשלוס קעגן איראַן, וואָס מיינט, אַ ריי סאַנקציעס, געצילט צו באַגרענעצן און, מעגלעך, אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. פֿיר חדשים זײַנען אָנגעגאַנגען די פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט דער איראַנישער רעגירונג און סײַ צווישן די לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם זיכערהייט־ראַט. מאָנטיק האָט דער אייראָפּעיִשער סטאַטיסטישער צענטער, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אויספֿאָרשן די פֿראַגן פֿון ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן באַריכט, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אין אייראָפּע וואַקסט כּסדר די "איסלאַמאָפֿאָביע". זי דריקט זיך אויס דורך בלוטיקע אַטאַקן אויף די מוסולמענער, ווי אויך דורך דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט און אויפֿן הײַזער־מאַרק. די וואָך האָבן זיך אין טעהעראַן צונויפֿגענומען אויף אַ קאָנפֿערערנץ 67 פֿאַלשע מומחים (פֿאַרגלײַך מיט פֿאַלשע נבֿיאים) פֿון 30 לענדער אַרומצורעדן די טעמע וועגן חורבן. ריכטיקער, צו באַקומען די מעגלעכקייט צו דערקלערן אָפֿן דער וועלט, אַז די גאַנצע מעשׂה מיטן אומברענגען 6 מיליאָן ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אַ בילבול, אויסגעטראַכט פֿון די ייִדן און דער מערבֿ־וועלט, כּדי אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער אויפֿצושטעלן אַ ייִדישע מדינה, ווי אַ מין חרטה־זשעסט לטובֿת די ייִדן. דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער לבֿנונישער אַרמיי האָט דינסטיק געוואָרנט די רעגירונג, אַז די טאָג־טעגלעכע דעמאָנסטראַציעס און פּאָגראָמען אין ביירוט, קאָנען ברענגען צו דעם, אַז די סיטואַציע וועט זיך נישט לאָזן קאָנטראָלירן. אין די טעג פֿון דער מלחמה צווישן ישׂראל און "כעזבאָלאַ", האָט די לבֿנונישע דעמאָקראַטישע רעגירונג, בראָש מיטן פּרעמיער פֿואַד אַס־סיניאָראַ, געאַרבעט מעשׂים, אַז ישׂראל זאָל אָפּשטעלן אירע אַטאַקן אויף די "כעזבאָלאַ"־באַנדעס. אַ ממשותדיקע שטיצע אינעם אָפּשטעלן ישׂראל האָט סיניאָראַ באַקומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און באַזונדערס, פֿון פֿראַנקרײַך. די וואָך איז אין ריגע, לעטלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ צוויי־טאָגיקער סאָמיט פֿון "נאַטאָ". ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע קאָרעספּאָנדענטן, לעבט שוין די שטאָט אַ געוויסע צײַט, ווי ס׳וואָלט, חלילה, אײַנגעפֿירט געוואָרן אַן אויסעראָרדנטלעכע לאַגע. עס זײַנען פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די זיכערהייט־מיטלען, געשלאָסן די צענטראַלע גאַסן, שאַרפֿצילערס האָבן זיך באַזעצט אויף די דעכער... קודם־כּל, דאַרף מען דאָ באַוואָרענען, אַז עס גייט, חלילה, נישט די רייד וועגן גזירות אָדער פּאָגראָמען, גוט באַקאַנט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, נאָר וועגן אַ פֿילאַנטראָפּישער אַקציע, דורכגעפֿירט דורכן רײַכן "רוסישן" ייִד אַרקאַדי הײַדאַמאַק (גײַדאַמאַק), וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. זײַן נאָמען איז גוט באַקאַנט די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט, סײַ צוליב די סענסאַציע־אַרטיקלען אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען און סײַ צוליב זײַנע קאָנטראָווערסיעלע מעשׂים, וואָס נישט אַלע בירגער פֿונעם ייִדישן לאַנד זײַנען פֿון זיי באַגײַסטערט. די דעמאָקראַטישע "איבערקערעניש" אין קאָנגרעס האָט דאָס מאָל ווידער באַשטעטיקט דעם פֿאַרשפּרייטן זאָג, אַז אויב אין וואַשינגטאָן גיט מען אַ ניס, פֿילט מען דאָס פֿאַרקילעכץ אינעם ווײַטסטן ווינקעלע פֿון דער וועלט. מע דאַרף זאָגן, אַז אויף אַזאַ "ניס" האָט מען אין דער וועלט אַרויסגעקוקט, סײַדן, דער קינדיש־מאַכטהאָבערישער פּרעזידענט בוש האָט עס נישט דערוואַרט. |