קודם־כּל, דאַרף מען דאָ באַוואָרענען, אַז עס גייט, חלילה, נישט די רייד וועגן גזירות אָדער פּאָגראָמען, גוט באַקאַנט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, נאָר וועגן אַ פֿילאַנטראָפּישער אַקציע, דורכגעפֿירט דורכן רײַכן "רוסישן" ייִד אַרקאַדי הײַדאַמאַק (גײַדאַמאַק), וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. זײַן נאָמען איז גוט באַקאַנט די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט, סײַ צוליב די סענסאַציע־אַרטיקלען אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען און סײַ צוליב זײַנע קאָנטראָווערסיעלע מעשׂים, וואָס נישט אַלע בירגער פֿונעם ייִדישן לאַנד זײַנען פֿון זיי באַגײַסטערט.
אַזוי, למשל, די פֿאַרמעגלעכע אײַנוווינער פֿונעם ירושלימער ראַיאָן "הר־חומה" זײַנען נישט צופֿרידן, וואָס הײַדאַמאַק האָט אָפּגעקויפֿט אַ געוויסע צאָל דירות און באַזעצט אין זיי "סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטע עלעמענטן". עס שטייט נישט אָן! בעת דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, האָט ער, אַרקאַדי הײַדאַמאַק, אויף זײַן אייגענעם חשבון, געגרינדעט אַ זומער־קעמפּ פֿאַר די עוואַקויִרטע אײַנוווינער פֿון די צפֿון־שטעט און ייִשובֿים, וואָס האָבן געליטן פֿון די כּסדרדיקע "כעזבאָלאַ"־אַטאַקן. כּל־זמן די רעגירונג האָט געחשבונט ווי אַזוי אַרויסצוהעלפֿן די טויזנטער פּליטים, האָט הײַדאַמאַק זיי אויסגעהאַלטן אויף זײַן אייגענעם חשבון מיט אַלע פּישטשעווקעס.
און אָט לעצטנס, האָט הײַדאַמאַק ווידער אויפֿגעבראַכט די ישׂראל־רעגירער. ער האָט אַרויסגעפֿירט פֿון שׂדרות אַ גרויסע צאָל קינדער און דערמעגלעכט זיי זאָלן אַ וואָך פֿאַרברענגען אין אילת, און פֿאַרגעסן, כאָטש אויף אַ קורצער צײַט, וועגן די "קאַסאַם"־ראַקעטן, וואָס הערן נישט אויף צו פֿאַלן אויף זייער שטאָט.
פֿאַר וואָס זשע זײַנען זיי אַזוי נישט צופֿרידן געבליבן, די הויך־געשטעלטע ישׂראל־טשינאָווניקעס? וואָס אַרט זיי מער, אַז דער "רוסישער" ביליאָנער "קריכט מיט זײַנע וווילטעטיקע מעשׂים" אין די מלוכישע ענינים, אָדער אַז די מלוכישע הויך־געשטעלטע טשינאָווניקעס זײַנען אומבאַהאָלפֿן צו לייזן זייערע דירעקטע התחײַבֿותן?
"מדינת־ישׂראל וועט נישט דערלאָזן, אַז כּל־מיני פֿילאַנטראָפּן זאָלן אויסניצן דעם שווערן מצבֿ פֿון די בירגער פֿאַר זייערע אייגענע אינטערעסן!" — האָט רעטאָריש אויסגעשריִען עמיר פּרץ, דער שוץ־מיניסטער. צוריק געשמועסט, פֿאַר וואָס דערלאָזן די מדינה־פֿירער, דער שוץ־מיניסטער בתוכם, אַז די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן זאָלן באַשיסן טאָג־טעגלעך שׂדרות מיט "קאַסאַם"־ראַקעטן?
מעגלעך, אַז דער בעל־צדקה אַרקאַדי הײַדאַמאַק, פֿירט זיך נישט אויף גענוג קאָרעקט בשײַכות צו דער ישׂראל־רעגירונג; מע קאָן אַפֿילו דערלאָזן, אַז זײַן ברייטהאַרציקייט קומט אַרויס נישט פֿון אַ דורכויס אומאייגננוציק האַרץ; און דאָך, איז דער אונטערשייד צווישן זײַן טאָן און דער רעגירונגס פּוסטער פּלאַפּלערײַ זייער גרויס.
מעגלעך, אַז הײַדאַמאַק איז נישט אַזוי גוט באַהאַוונט אין די ייִדישע מינהגים, ווי די ישׂראל־מנהיגים, אָבער דעם באַגריף "חסד" פֿירט ער אויס ווי אַן ערלעכער ייִד און פֿון זײַן אייגענער קעשענע, נישט אויפֿן חשבון פֿון די שטײַער־צאָלער.
די "הײַדאַמאַטשינע" הײַנט אין ישׂראל איז אויפֿגעקומען צוליב דער מאַכטלאָזיקייט פֿון די לײַט, וועלכע זײַנען אויסגעוויילט געוואָרן צו זאָרגן און פֿאַרטיידיקן דאָס פֿאָלק; אַגבֿ, אין אַלע גלותן האָט דער קהל, קודם־כּל, געדאַרפֿט זאָרגן פֿאַר יעדן ייִד אין דער קהילה. די איצטיקע רעגירונג אין ישׂראל איז, ווי קיין איין רעגירונג ביז אַהער, אָפּגעריסן פֿונעם פֿאָלק און פֿון זײַן טאָג־טעגלעכקייט. האָט דאָס פֿאָלק אויפֿגעהערט צו גלייבן דער רעגירונג, אַז זי איז בכלל מסוגל דעם פֿאָלק אַרויסצוהעלפֿן און אים פֿאַרטיידיקן.
די קאָרופּציע און אוממאָראַלישע אויפֿפֿירונג איז געוואָרן שיִער נישט קיין אָנגענעמענע זאַך אין די הויכע פֿענצטער פֿון מדינת־ישׂראל. די ישׂראל־רעגירונג האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אומאָפּהענגיק. מיט דער אויסערלעכער פּאָליטיק פֿירט מען אָן פֿון וואַשינגטאָן. מיט דער אינערלעכער — די פּאָר צענדליק רײַכסטע משפּחות, וואָס לייזן זייערע אינטערעסן דורך די קאָרומפּירטע טשינאָווניקעס — פֿון אונטן ביז אַרויף.
בלײַבט דעם פֿאָלק אַרויסצוקוקן אויף די פֿילאַנטראָפּישע נדבֿות פֿון דעם "רוסישן ביליאָנער" און לויבן די נײַע "הײַדאַמאַטשינע".