- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין פֿאָרט קיין טעהעראַן אויף אַ סאָמיט פֿון די בײַקאַספּישע לענדער — איראַן, אַזערבײַדזשאַן, טורקמעניסטאַן, קאַזאַכסטאַן און רוסלאַנד — איז קיין סוד נישט געווען. נאָך מער, ס׳איז באַוווּסט געווען פֿון פֿריִער, אַז דאָרט וועט ער רעדן מיטן גאַסטגעבער, דעם פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, נישט נאָר וועגן דעם ווי אַזוי צו צעטיילן צווישן די שכנים די נאַפֿט־אוצרות, אַז יעדער זאָל בלײַבן צופֿרידן, נאָר וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס גיט נישט דער מערבֿ־וועלט קיין רו. טאַקע אין דעם האָט געשטעקט די אינטריגע. וואָס נענטער עס קומט דער טאָג פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 15, אַלץ אומרויִקער ווערט אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע — די צוויי הויפּט־באַטייליקטע, וואָס טאַקע צוליב זיי וויל דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ צונויפֿרופֿן. דער באַקאַנטער זאָג, וואָס מע שרײַבט צו דעם פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט, וולאַדימיר לענין, אַז "ס׳איז ווייניק צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, שווערער איז די מאַכט אײַנהאַלטן" — איז געוואָרן אין רוסלאַנד באַזונדערס אַקטועל איצט, פֿאַר די וואַלן אין דער "דומע" — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט. פֿאַר וואָס אַזוי? — קאָן מען פֿרעגן, — ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין רוסלאַנד פּראַוועט מיטן לאַנד נישט די "דומע", נאָר דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. דער אַנטי־העלד פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז בלי־ספֿק געווען דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד. זײַן נאָמען און צורה האָט אַרויסגעקוקט פֿון אַלע מעדיאַ־פּובליקאַציעס; וועגן אים האָבן גערעדט אַלע טעלע־ און ראַדיאָ־סטאַנציעס — אַ קלייניקייט, דער "טײַוול" פֿון 21סטן יאָרהונדערט איז געקומען האַלטן אַ דרשה אין דער "יו־ען". מיר האָבן דאָ נישט בדעה צו קאָמענטירן זײַנע רייד; צו דעם וואָס ער האָט געטענהט ביז אַהער, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט קיין נײַע געדאַנקען נישט צוגעגעבן. אייגנטלעך, סוף סעפּטעמבער דאַרף פֿאָרקומען די זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", אויף וועלכער עס וועט ווידער, שוין דאָס דריטע מאָל, אַרומגערעדט ווערן די טעמע פֿון איראַנער נוקלעאַרע אַמביציעס און ווי אַזוי זיי צו שטילן. די אַמעריקאַנער פּאָזיציע איז ביז אַהער געווען די האַרבסטע, וואָס שייך סאַנקציעס קעגן דער רעגירונג פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. אָנהייב וואָך האָט געמאַכט שאַרפֿע דערקלערונגען דער נײַער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער בערנאַר קושנער. הײַיאָר איז ראָש־השנה אויסגעפֿאַלן כּמעט אין דער זעלבער צײַט, וואָס מיט זעקס יאָר צוריק. און ווי הײַיאָר, האָט אונדזער רעדאַקציע, מיט זעקס יאָר צוריק, געהאַלטן בײַם צוגרייטן אַ ספּעציעלן יום־טובֿדיקן נומער. מיר האָבן אים שוין כּמעט פֿאַרענדיקט; עס איז געבליבן נאָר צוצושטעלן דעם לייט־אַרטיקל, וואָס ווערט, געוויינטלעך, געשריבן "אין דער לעצטער מינוט", כּדי צו "דעקן" די וויכטיקסטע נײַעס... די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרשפּיצט אויף צוויי אָנגייענדיקע וועלט־פּראָבלעמען: די לאַנגדויערנדיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט צפֿון־קאָרעע וועגן איר נוקלעאַרן אַרסענאַל און איראַק. די ערשטע פֿון זיי קומט, זעט אויס, צו אַ געוווּנטשענעם רעזולטאַט: פּכעניאַן איז מסכּים צוצושטעלן די פֿולע רשימה פֿון אירע נוקלעאַרע פּראָצעסן און שליסן די אַרבעט אין דעם געביט ביז סוף יאָר. דער אמתער "בערמודער דרײַעק", וואָס געפֿינט זיך אין אַטלאַנטישן אָקעאַן, צווישן די בערמודער אינדזלען, פּוערטאָ־ריקאָ און פֿלאָרידע, איז גוט באַקאַנט, ווי אַן אָרט, וווּ עס לויערט די סכּנה איבער די שיפֿן אומגעבראַכט אָדער פֿאַרשוווּנדן צו ווערן. דער באַגריף "בערמודער דרײַעק" ווערט אָבער אויך באַנוצט, ווי אַ מעטאַפֿאָר, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ פֿאַרשאָלטן אָרט, וווּ קיין אויסוועג פֿון דעם איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען. ווען די דאָזיקע פֿראַגע וואָלט געשטעלט געוואָרן אַנדערש, למשל: וועמענס נצחון איז עס? — וואָלטן זיך באַלד געפֿונען בעלנים אָנצורופֿן די זיגער, אָדער זיך אַרויסצושטעלן פֿאַר זיגער. הײַנט גייט אָבער נישט קיין רייד וועגן זיגער; הײַנט זוכט מען אַ וועג, ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון דעם גאַנצן ענין און אין גאַנצן נישט פֿאַרלירן דאָס פּנים. דער איצטיקער מצבֿ אַרום סיריע און ישׂראל דערמאָנט אַן עפּיזאָד פֿון אַ האָליוווּד־פֿילם, וווּ צוויי פּערסאָנאַזשן שטייען איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן, יעדער שטעלט צו זײַן רעוואָלווער צום קאָפּ פֿון זײַן שׂונא און מע וואַרט, בײַ וועמען ס׳וועלן די נערוון נאָכלאָזן פֿריִער. דעמאָלט וועט ער אָדער אַראָפּלאָזן זײַן רעוואָלווער, אָדער אויסשיסן. גיי אָבער זײַ אַ חכם און טרעף, וואָס דער שׂונא דײַנער האָט בדעה צו טאָן?! מיט 70 יאָר צוריק האָט זיך אינעם לאַנד פֿונעם "בליִענדיקן סאָציאַליזם", אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן אָנגעהויבן די מאַסן־הריגה; דעם 5טן אויגוסט, 1937, איז אַרײַן אין קראַפֿט דער באַפֿעל, אונטערגעשריבן פֿון ניקאָלײַ יעזשאָוון, דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אינערלעכע ענינים, "וועגן דער אַקציע פֿון רעפּרעסירן די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, קרימינעלע און אַנדערע אַנטיסאָוועטישע עלעמענטן". מאָנטיק האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, באַשטעטיקט דעם בודזשעט פֿון מלוכישער שטיצע פֿאַר די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינען הײַנט אין ישׂראל. 60 יאָר האָט געדויערט אָנצונעמען אַזאַ געזעץ. און ווי ס‘האָט באַטאָנט דער פּרעמיער "מוזן מיר פֿאַרריכטן דעם אומיושר. די ניצול געבליבענע ישׂראלים פֿאַרדינען צו האָבן אַ בכּבֿודיקע עלטער, נישט לײַדן, ווי ביז אַהער". |