‫פֿון רעדאַקציע

הײַיאָר איז ראָש־השנה אויסגעפֿאַלן כּמעט אין דער זעלבער צײַט, וואָס מיט זעקס יאָר צוריק. און ווי הײַיאָר, האָט אונדזער רעדאַקציע, מיט זעקס יאָר צוריק, געהאַלטן בײַם צוגרייטן אַ ספּעציעלן יום־טובֿדיקן נומער. מיר האָבן אים שוין כּמעט פֿאַרענדיקט; עס איז געבליבן נאָר צוצושטעלן דעם לייט־אַרטיקל, וואָס ווערט, געוויינטלעך, געשריבן "אין דער לעצטער מינוט", כּדי צו "דעקן" די וויכטיקסטע נײַעס...

די וויכטיקסטע נײַעס האָט אין יענעם טאָג איבערראַשט די גאַנצע וועלט: אין האַרץ פֿון ניו־יאָרק, אינעם "האַנדל־צענטער", האָבן אַרײַנגעקראַכט צוויי עראָפּלאַנען. מיר האָבן נאָך דעמאָלט נישט געוווּסט, ווער עס שטייט הינטער דעם טעראָריסטישן פֿאַרברעכן? וויפֿל מענטשן זײַנען אומגעקומען? וואָס וועט זײַן ווײַטער מיט אונדז, מיט אַמעריקע, מיט דער וועלט? צי האָבן מיר דעמאָלט זיך געשטעלט די און אויך אַנדערע פֿראַגעס? מיר זײַנען דעמאָלט אַלע געשטאַנען אין אַ קאַלטער פֿאַרציטערטקייט בײַם טעלעוויזאָר, נישט מסוגל אָפּצורײַסן דעם בליק פֿון די ברענענדיקע צווילינג־גיגאַנטן און בלויז ווען זיי, ווי פֿאַרחלושטע מאָנסטערס, האָבן אונטערגעהאַקטע זיך אַראָפּגעזעצט אויף דער ערד, האָט זיך אַרויסגעריסן אַ דערשטיקטער געכליפּ...

מיט אַ שעה שפּעטער איז דער לייט־אַרטיקל צום "ראש־השנה"־נומער געווען גרייט. דערשינען איז ער אונטערן קעפּל "איסלאַמישער טעראָריזם דערקלערט דער וועלט אַ מלחמה".

צו דער זעקסטער יאָרצײַט, ווען מיר ווייסן שוין אַ ביסל מער, ווי דעמאָלט; נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן אין אייראָפּע, אין אויסטראַליע און אין אַנדערע וועלט־עקן, נאָך די צענדליקער פּלאַנירטע, אָבער צו דער צײַט אָפּגעשטעלטע טעראָר־אַקציעס פֿון די מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער, נאָך דער מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן, נאָכן טויט־אורטייל פֿון סאַדאַם כוסיין און נאָך די טויזנטער קרבנות אין איראַק — קלינגט שוין דאָס קעפּל פֿון יענעם לייט־אַרטיקל נישט אַזוי אָפּשרעקעוודיק און באָמבאַסטיש.

פֿונדעסטוועגן, לאָמיר הײַנט ברענגען בלויז אייניקע געדאַנקען, אַרויסגעבראַכט אין דער טראַגישער צײַט, ווען דער שטויב פֿון דעם ריזיקן קאָטלאָוואַן "גראַנד זיראָ" האָט זיך נאָך געשפּרייט איבער דער פֿאַרוווּנדעטער שטאָט.

"די גיפֿטיקע שלאַנג פֿון איסלאַמישן טעראָר צעקריכט זיך איבער דער וועלט. די סכּנה וואָס עס פֿילן אין משך פֿון לאַנגע יאָרן די ישׂראלים, האָבן דינסטיק אין דער פֿרי דערפֿילט די אַמעריקאַנער.

"דער איסלאַמישער טעראָריזם האָט נישט קיין גרענעצן. ער איז אַ ׳וועלט־בירגער׳, וואָס געפֿינט זיך אומעטום, און מע דאַרף זיך נישט מאָלן קיין אילוזאָרישע בילדער, אַז עס גייט דאָ אַ רייד בלויז וועגן אַ קליינער גרופּע פֿאַנאַטיקער־זעלבסטמערדער. דערווײַל איז איין זאַך קלאָר: די דאָזיקע באָמבאַרדירונגען זײַנען אַן אַרויסרוף קעגן דער מערבֿ־וועלט; אַ דעמאָנסטראַציע פֿון אַ הפֿקר־כּוח און אומבאַשטראָפֿטקייט: ׳זעט, ווי די גרויסע, שטאַרקע אַמעריקע, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ באָס איבער אַלע לענדער, קען קעגן אונדז גאָרנישט טאָן! מיר, טעראָריסטן, זײַנען די אמתע באַלעבאַטים אויף דער וועלט!׳

"די אַטאַקן, וואָס זײַנען פֿאַקטיש אַ מלחמה־דערקלערונג קעגן אַמעריקע, וועלן, בלי־ספֿק, מוזן ווירקן אויף דער ווײַטערדיקער פּאָליטיק פֿון בושס אַדמיניסטראַציע, וואָס שייך איר סטראַטעגישן צוגאַנג צו דער אַגרעסיווער איסלאַמישער וועלט בכלל, און צום קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח בפֿרט.

"די אַלטע, קלוגע אייראָפּע וויל אויך הײַנט נישט פֿאַרשטיין, אַז דער קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח איז נישט קיין לאָקאַלער סיכסוך; עס שטייט אויף אַ נײַער גוואַלדיקער כּוח פֿון פֿאַנאַטיש־פֿאַרגלייבטע פֿעלקער, וואָס עס פֿאַראייניקט זיי אַן איין און איינציקער ציל — אומצוברענגען די קעגנער פֿון זייער גלויבן. אָנגעהויבן האָבן זיי פֿון ישׂראל, ווײַל ישׂראל איז געאָגראַפֿיש נענטער, אָבער אויסלאָזן וועט זיך עס צו דער גאַנצער וועלט..."

און ווי בײַ יענעם ערשטן עמאָציאָנעלן אויפֿברויז, ברענגען מיר אויך הײַנט אַרויס, דעם ביטערן טרויער־אויסדרוק נאָך די אומגעקומענע דעם 11טן סעפּטעמבער, 2001, ווי אויך שפּעטער — ביזן הײַנטיקן טאָג.