ווען די דאָזיקע פֿראַגע וואָלט געשטעלט געוואָרן אַנדערש, למשל: וועמענס נצחון איז עס? — וואָלטן זיך באַלד געפֿונען בעלנים אָנצורופֿן די זיגער, אָדער זיך אַרויסצושטעלן פֿאַר זיגער. הײַנט גייט אָבער נישט קיין רייד וועגן זיגער; הײַנט זוכט מען אַ וועג, ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון דעם גאַנצן ענין און אין גאַנצן נישט פֿאַרלירן דאָס פּנים.
הײַנט, בײַ אַזאַ הפֿקרות, ווען יעדן טאָג ווערן דערהרגעט צענדליקער איראַקער, און קיין שום אַקציעס אײַנצושטעלן עפּעס אַן אָרדענונג העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, קומט אַרויס די אייביק־גורלדיקע פֿראַגע: ווער איז שולדיק?
וואָס ווײַטער, אַלץ שאַרפֿער ווערט דער סיכסוך צווישן די צוויי הויפּט־אַליִיִרטע אין דער מלחמה — אַמעריקע און ענגלאַנד. בײַם אָנהייב, נאָך אין די ערשטע וואָכן און חדשים נאָכן זיגרײַכן אַרײַנמאַרשירן אין איראַק, האָט מען געקאָנט זען, ווי די ענגלישע סאָלדאַטן גייען אַרום איבער די גאַסן פֿון באַסראַ, די שטאָט וואָס זיי קאָנטראָלירן, מיט הוילע בערעטן אויפֿן קאָפּ. ווי אַ היפּוך, זײַנען די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן שטענדיק געווען אָנגעטאָן אין זייער גאַנצער אַמוניציע, גרייט יעדע מינוט צו ענטפֿערן מיט פֿײַער.
די ענגלענדער, קוקנדיק אויף דער טעלעוויזיע, ווי זייערע מיליטער־לײַט צעטיילן די איראַקער קינדער זיסוואַרג, האָבן זיך דעמאָלט געפֿילט ווי עכטע טרעגער פֿון מערבֿ־דעמאָקראַטיע; קיינער פֿון זיי האָט נישט געצווייפֿלט, אַז דער באַשלוס צו באַפֿרײַען דאָס אָנגעפּלאָגטע איראַקער פֿאָלק פֿון דעם בלוטיקן טיראַן כוסיין, איז אַ ריכטיקער, און אַז די איראַקער אַליין האָבן אויף דעם אַרויסגעקוקט, ווי אויף זייער מוסולמענישן משיח.
איצט, נאָך פֿיר יאָר מלחמהווען, זעט דאָס בילד אויס גאָר אַנדערש. איצט דערוואַרט מען, אַז דער בריטישער קאָנטינגענט, וואָס גרייכט אין צאָל 5,500 מיליטער־לײַט, וועט פֿאַרקירצט ווערן אויף 500 מענטשן. נישט ווײַל דער מצבֿ האָט זיך סטאַביליזירט, נאָר פֿאַרקערט, מחמת מע מוז פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם פּאַלאַץ פֿון כוסיין, צוליב די כּסדרדיקע אַטאַקן פֿון די מיליטאַנטן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די בריטישע מיליטער־לײַט זײַנען נישט מסוגל געווען אײַנצושטעלן אין דער שטאָט אַן אָרדענונג, און גיך פֿאַרלוירן די שטיצע מצד דער באַפֿעלקערונג, וואָס העלפֿן אַרויס די מיליטאַנטן אין זייער קאַמף קעגן די אָקופּאַנטן.
די אַמעריקאַנער אַליִיִרטע זײַנען אַוודאי נישט צופֿרידן: זיי טענהן, אַז די ענגלענדער ווילן זיך שוין זען וואָס ווײַטער פֿון איראַק, נישט דערפֿירנדיק זייער חובֿ ביזן סוף. די ענגלענדער זײַנען דווקא בײַ דער פֿאַרקערטער מיינונג: זיי האַלטן, אַז זיי האָבן זייער אַליִיִרטע אויפֿגאַבע אויסגעפֿירט און ס‘איז געקומען די צײַט צו פֿאַרלאָזן בשלום דאָס לאַנד.
וואָס זשע איז די סיבה פֿון אַזאַ נישט פֿאַרשטיין איינער דעם אַנדערן? ווי עס דערקלערט די באַקאַנטע צײַטונג Financial Times, האָבן וואַשינגטאָן און לאָנדאָן, אָנהייבנדיק די איראַקער מלחמה, נישט געהאַט קיין קלאָרע סטראַטעגיע ניט וואָס שייך פּאָליטיק און דיפּלאָמאַטיע און ניט מכּוח עקאָנאָמיע און געזעצלעכקייט.
איצט, ווען אין ענגלאַנד שטייט בראָש דער רעגירונג דער נײַער פּרעמיער, גאָרדאָן בראַון, און אין אַמעריקע נעמט אָן כּוח דער וואַלן־געיעג, שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: וועמענס מלחמה איז עס?
גאָרדאָן בראַון זוכט אַן עצה, ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון דער אומפּאָפּולערער מלחמה, וואָס ס‘האָט אַזוי הייס געשטיצט זײַן פֿאָרגייער, טאָני בלער, און דערבײַ צו פֿאַרהיטן גוטע באַציִונגען מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט?
דאָס הויפּט־פֿערדל בײַ דער איצטיקער וואַל־קאַמפּיין בלײַבט די פֿראַגע פֿון איראַק. די דעמאָקראַטן האָבן נישט קיין ספֿקות — אַרויס און אַ סוף! די רעפּובליקאַנער זײַנען צעשפּאַלטן, אָבער פֿאַרשטייען, אַז צו שטיצן די אָנגייענדיקע מלחמה ווײַטער, איז זייער ריזיקאַליש.
איז ווידער: וועמענס מלחמה איז עס? בושס אַדמיניסטראַציע? בלערס רעגירונג? יעדנפֿאַלס, נישט אַמעריקעס און נישט ענגלאַנדס, און אַוודאי נישט איראַקס. אויב אַזוי, פֿאַר וואָס הערט אין איראַק נישט אויף צו פֿאַרגיסן זיך דאָס בלוט?