סוף סעפּטעמבער דאַרף פֿאָרקומען די זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", אויף וועלכער עס וועט ווידער, שוין דאָס דריטע מאָל, אַרומגערעדט ווערן די טעמע פֿון איראַנער נוקלעאַרע אַמביציעס און ווי אַזוי זיי צו שטילן. די אַמעריקאַנער פּאָזיציע איז ביז אַהער געווען די האַרבסטע, וואָס שייך סאַנקציעס קעגן דער רעגירונג פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. אָנהייב וואָך האָט געמאַכט שאַרפֿע דערקלערונגען דער נײַער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער בערנאַר קושנער.
זונטיק האָט ער דערקלערט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען מיט טעהעראַן דאַרפֿן פֿאָרגעזעצט ווערן ביז עס לאָזט זיך, אָבער אויב טעהעראַן וועט שאַפֿן נוקלעאַר געווער, וועט עס, בלי ספֿק, שטעלן די וועלט אין אַ גרויסער סכּנה. "מיר דאַרפֿן זיך גרייטן צום ערגסטן, און דאָס ערגסטע איז — מלחמה".
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז רוסלאַנד און כינע זײַנען קעגן צו פֿאַרשטאַרקן דעם דרוק צו שטילן אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן די נוקלעאַרע אַפּעטיטן פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. מעגלעך דערפֿאַר איז דער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער געקומען די וואָך קיין מאָסקווע, אָנצוטאַפּן און, מעגלעך, פּרוּוון צו געפֿינען אַ פּשרה מיט זײַן רוסלענדישן "וויזאַווי", סערגיי לאַווראָוו. אין מאָסקווע הײַנט, נאָך דעם ווי פּרעזידענט פּוטין האָט צעלאָזט זײַן מיניסטער־קאַבינעט, פֿירן פֿאַקטיש אַלע מיניסטאָרן אויס זייערע פֿונקציעס קורצווײַליק. אָבער מע קאָן זײַן זיכער, אַז די נײַע טשינאָווניקעס וועלן זיך פּונקט אַזוי פֿעסט האַלטן בײַ דער "גענעראַל־ליניע", ווי ביז אַהער.
לאַווראָוו, פֿון זײַן זײַט, האָט אויסגעדריקט די זאָרג, אַז לעצטנס הערן זיך אַלץ העכער און העכער רייד וועגן אַ מעגלעכער מיליטערישער אַטאַקע אויף איראַן און גערופֿן צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען דורך כאַוויער סאָלאַנאַ, דעם קאָאָרדינאַטאָר פֿון די אויסערלעכע ענינים בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
אַן אַלט לידעלע. שוין וויפֿל מאָל האָט דער געניטער דיפּלאָמאַט סאָלאַנאַ זיך געטראָפֿן מיטן דורכגעטריבענעם איראַנער פֿוקס, אַלי לאַרידזשאַני, און יעדע אַזאַ באַגעגעניש האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט גאָרנישט. ניין, נישט ריכטיק, איראַן האָט ביז אַהער געפּועלט דאָס וויכטיקסטע פֿאַר זיך — נאָך אַ ביסל צײַט.
לאַווראָוו איז ווידער אַרויף אויפֿן פֿערדל מיטן נאָמען אינטערנאַציאָנאַלע ענערגיע־אַגענטור בײַ דער "יו־ען", וואָס וואַרט נאָך אַלץ, אַז טעהעראַן וועט "דערקלערן איר פּאָזיציע מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם".
וואָס זשע באַקומט זיך: הייסט עס טאַקע, אַז קיין לייזונג צו דער פֿראַגע איז נישטאָ? צי איז דאָס איינציקע וואָס עס בלײַבט דער וועלט, צו וואַרטן ביז טעהעראַן "וועט דערקלערן איר פּאָזיציע" מיטן שאַפֿן אַ באָמבע? דער פֿראַנצויזישער צד האַלט, אַז אויב אויף דער קומענדיקער זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" וועלן נישט אָנגענומען ווערן מאַקסימאַל ערנסטע סאַנקציעס, וועלן די אייראָפּעיִשע לענדער, אָן דער "יו־ען", געפֿינען אַ וועג, ווי אַזוי זיך ווײַטער אויפֿצופֿירן מיט איראַן.
צווישן די עפֿעקטיווסטע מיטלען צו ווירקן אויף איראַן וועט זײַן, קודם־כּל, די אַזוי גערופֿענע "פֿינאַנציעלע מלחמה". דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן טוט עס שוין אַ היפּשע צײַט, און באַמיט זיך איבערצוצײַגן די אייראָפּעיִשע און יאַפּאַנישע בענק אויפֿצוהערן צו באַדינען די טראַנזאַקציעס פֿון זייערע איראַנישע קליענטן. דערמיט נוצט אַמעריקע אויס איר פֿינאַנציעלע השפּעה, כּדי אויסצושליסן איראַן פֿון דער גלאָבאַלער עקאָנאָמיע.
די עקאָנאָמיע פֿון איראַן גופֿא לעבט לעצטנס איבער נישט קיין גרינגע צײַטן, נישט געקוקט אויף די הויכע פּרײַזן אויף נאַפֿט. אין לאַנד קומען טאַקע אַרײַן די גרויסע נאַפֿט־מיליאָנען, אָבער די פֿינאַנציעלע סאַנקציעס שטעלן אויף הויכע ווענט, אַז די דאָזיקע געלטער זאָלן געלאָזט ווערן אין גאַנג.
צי וועט עס זײַן גענוג, כּדי צו ברעכן די איראַנישע מיליטאַנטישע אײַנגעשפּאַרטקייט? צי וועלן זיך נישט געפֿינען אין די בויקאָט־ווענט ברייטע שפּאַרונען, ווי ס׳איז שוין געווען אין די צײַטן פֿון בויקאָטירן איראַנס שכן — איראַק, אין די צײַטן פֿון סאַדאַם כוסיינס ממשלה?