- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ נײַער טאָג — אַ נײַע סענסאַציע. וואָס איז געשען די וואָך? עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די פֿעדעראַלע אויספֿאָרש־ביוראָ פֿירט שוין אַ היפּשע צײַט די אויספֿאָרשונג אַרום די גרעסטע פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע און דעם קראַך אויף דער וועלט־בערזע אין וואָל־סטריט. ס'וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די ישׂראלים וואַרטן אויף די פּרײַמעריס אין "קדימה" אומגעדולדיק. דער אינטערעס צו דעם, ווער ס'וועט געווינען אין דער רעגירנדיקער פּאַרטיי און זיך שטעלן בראָש דער רעגירונג, וועט ווייניק וואָס ענדערן זייער טאָג־טעגלעכע רוטין; אויף פּראָסט מאַמע־לשון קלינגט עס אַזוי: די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט. איין וואָך איז אַדורך, זינט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַהאַנדלט אין בריסל דעם גרוזינער־רוסלענדישן קאָנפֿליקט און אַרויסגעטראָגן זײַן פּאַרווע פּסק־דין — פֿאַראורטיילן רוסלאַנד, אָבער קיין שום סאַנקציעס קעגן מאָסקווע נישט אָננעמען. און אָט איז פֿאַרבײַ נאָך איין אייראָפּעיִשע אַסיפֿה, שוין אין אַוויניאָן, פֿראַנקרײַך, און ווידער האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער באַשלאָסן זיך אָפּצוהאַלטן פֿון האַרבע מעשׂים קעגן רוסלאַנד, צווישן די הויפּט־פּאָליטישע אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, וואָס שייך דער מערבֿ־וועלט, פֿאַרנעמט דער צוזאַמענפֿאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד דעם אויבנאָן. די איינציקע פֿראַגע, וואָס איז באַהאַנדלט געוואָרן אין בריסל, איז געווען דער רוסיש־גרוזינישער קאָנפֿליקט אַרום דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע. די צוויי טעריטאָריעס, וואָס געהערן אַדמיניסטראַטיוו צו גרוזיע, האָבן זיך לעצטנס דערקלערט ווי אומאָפּהענגיקע רעפּובליקן, און רוסלאַנד האָט זייער אומאָפּהענגיקייט אָנערקענט. צו דערנענטערן ווירטועל די צײַט פֿון יענער "היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ", דרוקן מיר איבער אַ גרעסערן אויסצוג פֿונעם לייט־אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", דעם 12טן סעפּטעמבער 1908. די וויכטיקייט פֿון אייניקע אײַנשטעלונגען פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, זײַנען געבליבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג. די בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע צעוואַקסט זיך אין אַ שווערן קריזיס, אין וועלכן עס ווערן אַרײַנגעשלעפּט יעדעס מאָל אַלץ נײַע צדדים. אייגנטלעך, קומט פֿאָר דאָס, וואָס ס‘האָט געזאָלט פֿאָרקומען צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־וועלט נאָך דעם צווישן־פּעריאָד פֿון אַ צען־פֿופֿצן יאָר, אַ מין קאַראַנטין־צײַט — נאָך דעם קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ענדגילטיקן פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין מאָסקווער קרעמל פֿון דער נײַער גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס. אינעם זעלבן טאָג, דעם אַכטן אויגוסט, ווען דער הימל אין ביידזשינג איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די פֿאַנטאַסטישע פֿײַערווערק־פֿאָנטאַנען, וואָס האָבן מיט זייער פֿײַערלעכער דערהויבנקייט געמאָלדן וועגן דעם אָנהייב פֿון די אָלימפּישע שפּילן, איז דער הימל פֿון דרום־קאַווקאַז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די טייטלעכע פֿײַער־שטראָמען, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ בלוטיקער שחיטה, צווישן גרוזיע און דער סעפּאַראַטיסטישער רעפּובליק — דרום־אָסעטיע. דער דורותדיקער כּלל, אַז בעת די אָלימפּישע שפּילן מוזן די האַרמאַטן אויפֿהערן צו שיסן, איז געשטערט געוואָרן. אָנהייב וואָך איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען אַ טרויעריקע ידיעה: אין דער עלטער פֿון 89 יאָר איז געשטאָרבן דער גרויסער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין. דער נאָמען סאָלזשעניצין איז פּונקט אַזוי גוט באַקאַנט, ווי דאָס וואָרט "גולאַג", וואָס נאָך אים, איז עס אַרײַן אין אַלע שפּראַכן, ווי אַ באַזונדערער באַגריף פֿון קאָמוניסטישער דיקטאַטור, רעפּרעסיעס, פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען אומשולדיקע בירגער און טאָטאַלער מורא אין משך פֿון צענדליקער יאָרן פֿונעם רעזשים. סוף חודש האָט מען אין דער כּנסת, אויף דער רעפּאַטריאַציע־ און אַבסאָרבציע־ קאָמיסיע אַרומגערעדט די פֿראַגע וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איצט אומאָפּהענגיקע מלוכות. ווי עס ווערט דערקלערט, וועלן אין משך פֿון די קומענדיקע 30 יאָר אונטערגיין דאָרט די לעצטע ייִדישע קהילות. און געשען וועט עס נישט ווײַל די ייִדן, וואָס וווינען נאָך דאָרט, וועלן זיך בשלום אַריבערפּעקלען קיין מדינת־ישׂראל, נאָר פֿאַרקערט — זיי וועלן זיך אָדער אין גאַנצן צעשמעלצן צווישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, אָדער אַוועקפֿאָרן אין אַנדערע לענדער. סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געמאַכט געוואָרן נאָך איין פּרוּוו "צוצורעדן" די טעהעראַנער רעגירונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם און מיטאַרבעטן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל. פֿאָרשטייער פֿון די זעקס פֿירנדיקע לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ענגלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד) האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון איראַן, סאַיִד דזשאַליל, און אים געוואָרנט, אַז אין משך פֿון צוויי וואָכן מוז איראַן געבן אַן ענטפֿער — אָדער יאָ, אָדער ניין! אַנדערש וועלן קומען נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס... די דראַמע האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שטחים אין עזה און צעשטערן דאָרט אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט פֿאַרגעסן אָט די נאַציאָנאַלע בושה, ווען טויזנטער נפֿשות — קליין און גרויס — שוין אײַנגעוואָרצלט אין זייער ערד, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל, די וועלט איז שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן ריטואַל: די פֿירער, וואָס שטעלן פֿאָר די מעכטיקסטע לענדער, קלײַבן זיך צונויף אין עפּעס אַ סימפּאַטיש און גוט-פֿאַרטיידיקט אָרט, וווּ זיי לייזן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון דער צײַט. אַרום דער דאָזיקער צונויפֿקומעניש פֿירט מען דורך אַנטיגלאָבאַליסטישע מאַניפֿעסטאַציעס, און זשורנאַליסטן פֿון דער גאָרער וועלט פֿאָרן אַהין צו כאַפּן אַ וואָרט מיט די מעכטיקע לײַט. |