- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ נײַער טאָג — אַ נײַע סענסאַציע. וואָס איז געשען די וואָך? עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די פֿעדעראַלע אויספֿאָרש־ביוראָ פֿירט שוין אַ היפּשע צײַט די אויספֿאָרשונג אַרום די גרעסטע פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע און דעם קראַך אויף דער וועלט־בערזע אין וואָל־סטריט. קודם־כּל, האָט עס אַ שײַכות צום עלטסטן באַנק Lehman Brothers, וואָס די מאַכט האָט אים נישט אויסגעשטרעקט קיין "רעטונגס־שטרויעלע" און געלאָזט זינקען אין די באַנקראָט־זומפּן. זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן די באַנקראָט־עפּידעמיע, האָט זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז דער דאָזיקער פֿינאַנציעלער "האַרמאַטן־שאָס" איז געשען אַזוי פּלוצעמדיק, שיִער נישט איבער נאַכט. זעט אויס, אַז אויך אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער קרימינעלער־פּאָליציי האָט מען זיך געשטעלט די דאָזיקע פֿראַגע. ווערן איצט אויסגעפֿאָרשט איבער צוואַנציק פֿינאַנץ־אינסטיטוציעס, פֿאַרדעכטיקט אין שווינדלערײַ. אַוודאי וועט די אויספֿאָרשונג זיך ציִען נישט איין יאָר, און ס‘וועלן אַרויסגעשלעפּט ווערן פֿון דער בלאָטע עטלעכע כּפּרה־הינדלעך, ווי ס‘איז געווען גאָר נישט לאַנג צוריק מיט אַן אַנדער ריז "ענראָן"; בײַ דער איצטיקער שווינדלערײַ האָט אָבער געליטן די גאַנצע פֿינאַנציעלע וועלט. ס‘איז אונטערגעריסן געוואָרן דאָס גלויבן אין דער מאַרק־שיטה, ווי אַ נאַטירלעכער באַלאַנס פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיע. * ס‘איז קיין נײַעס נישט, אַז טויזנטער ישׂראל־בירגער אַרבעטן אין פֿאַרשידענע פֿינאַנץ־אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז געווען באַשעפֿטיקט אין די באַנקראָטירטע צוויי באַנקריזן — Lehman Brothers און Merrill Lynch. זײַנען זיי טאַקע איצט געבליבן אָן אַרבעט. די צרה איז אָבער נישט נאָר אין דעם; ס‘רובֿ פֿון די ישׂראלים האָבן דאָרט געאַרבעט ווי אָנגעשטעלטע לויט די אַרבעט־וויזעס. אַזאַ סטאַטוס האַלט דעם אַנגאַזשירטן צוגעבונדן צום אַרבעטס־אָרט און לאָזט אים נישט צו זוכן אַ בעסערע שטעלע, מיט אַ גרעסערן געהאַלט און גוטע באַדינגונגען. ווי זאָגט מען אָבער בײַ אונדז: אַז ס‘איז נישטאָ אויף יויך מיט פֿלייש, עסט מען אָן פֿלייש. די בערזע אין ניו־יאָרק האָט געפּלאַצט, און די הונדערטער פֿינאַנץ־אַרבעטער, וואָס די אַרבעט־וויזע אין אַמעריקע האָט זיי געגעבן די מעגלעכקייט צו מאַכן אַ שיינעם גראָשן, מוזן פֿאַרלאָזן די "גאָלדענע אַמעריטשקע". לויטן געזעץ, האָט דער גאַסט־אַרבעטער 30 טעג צו געפֿינען זיך אַ נײַע אַרבעט. צוליב דעם דאַרף ער זיך ווידער "פֿאַרקויפֿן" צו אַ נײַעם באַלעבאָס, אָבער אין די איצטיקע צײַטן צו געפֿינען אַן אַרבעט, בפֿרט אינעם פֿעלד פֿון עקאָנאָמיע און פֿינאַנצן, איז כּמעט אוממעגלעך. צוריק גערעדט, איז דער עקאָנאָמישער קריזיס נישט באַגאַנגען אויך ישׂראל גופֿא. ווי עס ווײַזן אָן די מומחים — און בדרך־כּלל, טוען זיי עס שוין נאָך אַלעמען — פֿאַלט דער נאָכפֿרעג אין אַלע ספֿערן פֿונעם לעבן, פֿון הײַזער ביז אַ שפּילקע, ווײַל די גאַנצע אינדוסטריע גייט באַרג־אַראָפּ — דאָס איז קודם, און צווייטנס, פֿאַלט די הכנסה בײַם רובֿ אײַנוווינער. צום בײַשפּיל, בײַ די אַרבעטער, באַשעפֿטיקט אין די הויך־טעכנאָלאָגישע עלעקטראָנישע סטרוקטורן, איז זייער געהאַלט געפֿאַלן אויף 3%. די עקאָנאָמיסטן אין ישׂראל האַלטן, אַז דער פֿינאַנציעלער וועלט־קריזיס, וואָס קומט אַרויס פֿונעם ניו־יאָרקער "וואָל־סטריט", וועט שפּעטער נאָך שטאַרקער אַ קלאַפּ טאָן ישׂראל, באַזונדערס, וואָס שייך דעם עקספּאָרט. אין די לעצטע 4 יאָר האָט די מדינה גענאָסן 45% פֿון איר עקספּאָרט־פּראָדוקציע. לויט די פּראָגנאָזן קאָן דער וווּקס פֿאַלן אין 2009 ביז 2%. צי איז דאָ קעגן דעם אַ מיטל זיך צו פֿאַרזיכערן? ווי עס טענהן די עקאָנאָמיסטן, מוז די רעגירונג עקסטרע אינוועסטירן גרויסע סומעס געלט אין דער אינדוסטריע און אין דער גאַנצער אינפֿראַסטרוקטור; שנײַדן די שטײַערן און קירצן די ביוראָקראַטישע פּראָצעדור. זעט איר דאָך ווידער, אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם. דאָס מאָל האָט דער בעזעם אויסגעשאָסן אויף "וואָל־סטריט". קריזיס נישט באַגאַנגען אויך ישׂראלSubmitted by Srulik on Sat, 2008-09-27 13:54.
Zol es zain "bagangen" oder "umgegangen"?. |