- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע צעוואַקסט זיך אין אַ שווערן קריזיס, אין וועלכן עס ווערן אַרײַנגעשלעפּט יעדעס מאָל אַלץ נײַע צדדים. אייגנטלעך, קומט פֿאָר דאָס, וואָס ס‘האָט געזאָלט פֿאָרקומען צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־וועלט נאָך דעם צווישן־פּעריאָד פֿון אַ צען־פֿופֿצן יאָר, אַ מין קאַראַנטין־צײַט — נאָך דעם קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ענדגילטיקן פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין מאָסקווער קרעמל פֿון דער נײַער גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס. אונטער דעם באַגריף "נײַע גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס" מיינען מיר, קודם־כּל, די מאַכט און הערשאַפֿט פֿון די טשינאָווניקעס, וואָס זײַנען דערצויגן און אויסגעשולט געוואָרן אין די ווענט פֿון די זיכערהייט־אינסטיטוציעס. דאָס זײַנען מענטשן פֿון איין "שניט", וואָס האָבן זייער אייגענעם "קאָדעקס" פֿון מאָראַל און צווישן־באַציִונגען סײַ צו זייערע מיטבירגער און סײַ צו די געזעלשאַפֿטן איבער דער וועלט. זייער אויפֿפֿירן זיך אין דעם קאָנפֿליקט האָט עס בולט דערוויזן; פּונקט ווי עס האָט אַנטפּלעקט, אַז די מערבֿ־פֿירער זײַנען נישט גרייט צו פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער נײַער מאַכט אין רוסלאַנד און האַלטן זיך בײַ דער אַלטער שיטה פֿון "פֿאַראורטיילן די אַגרעסיע", "סטראַשען מיט סאַנקציעס", מיט איין וואָרט, מאַכן מיטן פֿינגער — "נו, נו, נו!". די בליץ־קריג און נאָך מער — דער אופֿן ווי אַזוי רוסלאַנד פֿירט זיך אויף נאָך דעם אַרײַנמאַרשירן אין גרוזיע — איז אַן אָפֿענע דערקלערונג, אַז מאָסקווע, נאָך דער "תּקופֿה פֿון פֿאַלן" האָט זיך ווידער געשטעלט אויף די פֿיס, און וועט ווײַטער זיך נישט לאָזן שפּײַען אין קאַשע אַרײַן. דאָס איז אַן אָפֿענע דערקלערונג נישט נאָר פֿאַר די לענדער, וואָס האַלטן איבער זייער קאָפּ דעם "נאַטאָ"־שירעם; דאָס איז אויך אַ סיגנאַל פֿאַר יענעם טייל, וואָס וואַקלט זיך און ווייסט, נעבעך, נישט צו וועמען זיך צוצוטוליען; און קודם־כּל, מיינט דערמיט רוסלאַנד די געוועזענע רעפּובליקן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי אַ פֿרישער בײַשפּיל, קאָן געבראַכט ווערן די לעצטע באַגעגעניש צווישן דעם רוסלענדישן פּרעזידענט מעדוועדיעוו און דעם פּרעזידענט פֿון ווײַסרוסלאַנד אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ. די טעג האָבן זיי אין סאָטשי אַרומגערעדט די פּרטים פֿון אַ בשותּפֿותדיקן אָפּמאַך וועגן אַ קעגנראַקעטן־סיסטעם, וואָס וועט זײַן אונטערגעשריבן אין סעפּטעמבער. ס‘איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער אָפּמאַך איז אַן ענטפֿער אויף דער קעגנראַקעטן־סיסטעם, וואָס געוויסע עלעמענטן אַמעריקע האָט בדעה צו אינסטאַלירן אין פּוילן און טשעכיע. דאָס איז נאָך איין שפּאַן פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע צו דערנענטערן זיך צו די לענדער, וואָס דער מערבֿ האַלט זיי פֿאַר "פּראָבלעמאַטישע", ווי למשל, איראַן, סיריע, ווענעזועלאַ. דאָס איז אַ שפּאַן פֿון דערווײַטערן זיך פֿון געפֿינען אַ דיפּלאָמאַטישע לייזונג צו דער איראַנישער נוקלעאַרער סכּנה, וווּ רוסלאַנד האָט ביז אַהער געפֿירט אַ טאָפּלטע שפּיל. דאָס איז אַ שפּאַן צוריק אין די רוסיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען. דאָס באַטייליקן זיך פֿון ישׂראל אינעם באַוואָפֿענען און אינסטרוקטירן דעם גרוזינער צד, איז בלויז אַ תּירוץ פֿאַר רוסלאַנד זיך אומצוקערן צו דער "טראַדיציאָנעלער" פּאָליטיק פֿון שטיצן שוין אָפֿן די פּאַלעסטינער, בפֿרט דעם "כאַמאַס", ווי אויך די מיליטאַנטן פֿון "כעזבאָלאַ". די בליץ־קריג האָט געוויזן, אַז אין רוסלאַנד גופֿא איז כּמעט דערפֿירט געוואָרן ביזן סוף די אַרבעט פֿון אויפֿשטעלן אַ פֿולן קאָנטראָל איבער דער מאַסן־מעדיאַ און איבער דער געזעלשאַפֿט בכלל. דער אַזוי גערופֿענער מיינונגס־פּלוראַליזם האָט זיך אין רוסלאַנד ווידער, ווי אין ברעזשנעווס צײַטן, צונויפֿגעגאָסן אין איין שטראָם פֿון אַן אַלגעמיינער "גוטהייסונג", וווּ די שטימען פֿון די נאַציאָנאַל־פּאַטריאָטן הערן זיך אַלץ העכער און העכער. די שפּאַלטונג צווישן דער מערבֿ־וועלט און רוסלאַנד מיט אירע נײַע סאַטעליטן, וואָס וועלן בלי־ספֿק צוקומען, וועט וואַקסן ווײַטער. דעריבער איז זייער וויכטיק, אַז די פֿירער פֿון דער מערבֿ־וועלט זאָל זײַן געאייניקט בײַ זיך און וואָס גיכער אויסאַרבעטן אַ נײַעם צוגאַנג צו לייזן די ווײַטערדיקע קריזיסן אין דער נײַער ווירקלעכקייט. Der blitz-krig, dos shpil!Submitted by Srulik on Fri, 2008-08-22 21:02.
Ich has tzu farrichten di gramatishe feler ober es painikt mich tzu zeen nisht korrekte geshlechten fun idishe verter. |