‫פֿון רעדאַקציע

סוף חודש האָט מען אין דער כּנסת, אויף דער רעפּאַטריאַציע־ און אַבסאָרבציע־ קאָמיסיע אַרומגערעדט די פֿראַגע וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איצט אומאָפּהענגיקע מלוכות. ווי עס ווערט דערקלערט, וועלן אין משך פֿון די קומענדיקע 30 יאָר אונטערגיין דאָרט די לעצטע ייִדישע קהילות. און געשען וועט עס נישט ווײַל די ייִדן, וואָס וווינען נאָך דאָרט, וועלן זיך בשלום אַריבערפּעקלען קיין מדינת־ישׂראל, נאָר פֿאַרקערט — זיי וועלן זיך אָדער אין גאַנצן צעשמעלצן צווישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, אָדער אַוועקפֿאָרן אין אַנדערע לענדער.

וואָס זשע באַזאָרגט אַזוי די כּנסת־דע­פּוטאַטן: אַז אין אוקראַיִנע, אָדער רוסלאַנד, אָדער אין די בײַבאַלטישע לענדער, וווּ עס האָט אַמאָל געשפּרודלט אַ ייִדיש לעבן, באַ­לעבאַטעוועט איצט די אַסימילאַציע? אָדער, די סיבות, הלמאַי די ייִדן ווילן הײַנט נישט פֿאָרן קיין ישׂראל און זיך באַזעצן דאָרט?

איניציִיִרט האָט די זיצונג דער דעפּוטאַט זאבֿ עלקין ("קדימה"), און באַטייליקט האָבן זיך אין איר די דעפּוטאַטן פֿון עטלעכע פֿראַק­ציעס: "קדימה", "ליכּוד", "ישׂראל ביתּינו" און ש״ס; ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון דעם פֿאַרבינדונג־ביוראָ "נתיבֿ" און דער "סוכנות". שוין פֿון דער פֿאָרשטייערשאַפֿט קאָן מען פֿאַרשטיין, וועמען עס "קוועטשט" קודם־כּל די ירידה פֿון דער "רוסישער" עליה. כּמעט אַלע דערמאָנטע פּאַרטייען און אָרגאַניזאַציעס, חוץ ש"ס, זײַנען לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט אין די פֿריש־צוגעקומענע שטימען. אין דעם פֿאַל קאָן מען פֿאַרשטיין זייער זאָרג מכּוח דעם אָפּשטעל פֿונעם עמיגראַציע־שטראָם פֿון די פּאָסט־סאָוועטישע רעפּובליקן.

די רעליגיעזע פּאַרטיי פֿון די ספֿרדישע ייִדן, ש"ס, איז אין תּוך אויך נישט קעגן אָפּצולעקן אַ ביינדל פֿון די "רוסים"; זיי ווייסן אָבער, אַז דאָס דאָזיקע "ביינדל" איז ווײַט נישט קיין כּשרס. די פּראָבלעם פֿון גיור איז די שאַרפֿסטע אין דער סבֿיבֿה פֿון די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. בעת אין די 90ער יאָרן, ווען אין ישׂראל זײַנען געקומען טויזנטער געמישטע משפּחות, האָט מען זיך אין דעם ריזיקן מענטשן־שטראָם, ווייניק אומגעקוקט אויף דער הלכה. דעמאָלט האָט דאָס גאַנצע לאַנד אָנגעקוועלט פֿון דער "גרויסער עליה". וועגן די עולים האָט מען געטראַכט ווייניקער.

געכאַפּט האָט מען זיך שפּעטער, ווען מ‘האָט זיך אײַנגעטונקען אין דער ישׂראלדיקער טאָג־טעגלעכקייט. דעמאָלט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז "שווימען" אין איר מעגן פֿרײַ נאָר די וואָס די הלכה דערלויבט זיי. דעריבער האָט די פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ש"ס געמוזט אויסהערן אויף דער זיצונג אַ שאַרפֿע קריטיק פֿון אַנדערע מיטגלידער, אַז דווקא די ש"ס־פּאַרטיי שטייט אויפֿן וועגן פֿון די פּאָטענציעלע רעפּאַטריאַנטן.

נאָך דער גרויסער מענדעלע האָט מיטן מויל פֿון זײַנעם אַ געשטאַלט געשטעלט די גורלדיקע פֿראַגע: "קודי דאָראָגאַ נאַ ארץ־ישׂראל?" — "וווּ איז דער וועג קיין ארץ־ישׂראל?". דעם וועג פֿון דער "גרויסער עליה" האָבן געוויזן די פֿאָרשטייער פֿון "סוכנות". אין די אָנהייב 90ער האָבן זיי געקערט און געבעזעמט — "גערייניקט" די געקראַכטע סאָוועטישע אימפּעריע פֿון ייִדן, האַלב־ייִדן, פֿערטל־ייִדן און נישט־ייִדן אויך. די פֿאַרברענטע ציוניסטישע טוער האָבן שוין לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער וועג קיין ישׂראל ליגט בדרך־כּלל דורך אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען, שפּאַלטונג און אומזיכערקייט אין דער געזעלשאַפֿט, שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, ווען די מאַכט און דער המון זוכן אַ שולדיקן, און דער ייִד פֿאַלט אַ קרבן.

אָבער ווי זאָגט מען, אַז ס‘איז שטיל, גלוסט זיך שלאָפֿן. די רעשטלעך ייִדן אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד און אוקראַיִנע זײַנען אײַנגעוויגט געוואָרן פֿונעם שטילן זאַטן לעבן. זיי פֿרעגן זיך: "וואָס זײַנען די גליקן אינעם ייִדישן לאַנד, וווּ די פּאַלעסטינער לאָזן נישט לעבן, און די אייגענע רעגירונג גיט נישט פּראָדוקטיוו צו לעבן?

נישט מיט "צוקערלעך" קאָן מען הײַנט אָנווײַזן "קודי דאָראָגאַ נאַ ארץ־ישׂראל?" — נאָר מיט ממשותדיקע בײַטן אין ישׂראל גופֿא: אין די סאָציאַלע סטרוקטורן, אין דער בילדונג־סיסטעם און אין דעם אַלגעמיינעם קלימאַט פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.