‫פֿון רעדאַקציע

צו דערנענטערן ווירטועל די צײַט פֿון יענער "היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ", דרוקן מיר איבער אַ גרעסערן אויסצוג פֿונעם לייט־אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", דעם 12טן סעפּטעמבער 1908. די וויכטיקייט פֿון אייניקע אײַנשטעלונגען פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, זײַנען געבליבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.

די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז איינע פֿון יענע פּאַסירונגען, וועלכע שטרעבן פֿעסט צו שטעלן די ווירדע און וויכטיקייט פֿון אונדזער "מאַמע־לשון" — דעם אַמאָליקן "זשאַרגאָן" — אַן אָרט צו געבן צווישן די שפּראַכן פֿון אייראָפּע. אַזעלכע פּאַסירונגען זײַנען אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע 25 יאָר געווען פֿאַרשידענע. די וויכטיקסטע פֿון זיי קומען אין דער פֿאָרמע פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק. יעדע טאַלאַנטפֿולע סקיצע וואָס ווערט געשריבן פֿון אונדזערע בעלעטריסטן, יעדע שיינע געדיכט וואָס ווערט געבוירן פֿון די פֿעדער פֿון אונדזערע פּאָעטן, מאַכט טיפֿער דעם אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז ניט קיין "באָלבערײַ", נאָר אַ שפּראַך מיט אַלע שפּראַכן פֿון דער ציוויליזירטער וועלט צוגלײַך.

דער אַלטער געפֿיל איז אָבער נאָך גאַנץ שטאַרק אײַנגעוואָרצלט, און ווען אַ געבילדעטער רוסישער ייִד פֿון דעם אַלטן דור לייענט איבער אַן ערציילונג פֿון פּרץ אָדער שלום אַש, ווערט ער איבעראַשט. עס גלויבט זיך אים גאָר ניט, אַז אויף ייִדיש זאָל מען אַזוי קענען שרײַבן. די זאַפֿטיקייט פֿון די אויסדרוקן, די בויגיקייט פֿון די זאַצן, די מעלאָדישע שיינקייט און די זעלבסשטענדיקע קראַפֿט פֿון דעם גאַנצן צוזאַמענגעבוי פֿון די ווערטער — דאָס אַלעס קומט בײַ אים אויס ווי אַ נײַעס, וועלכע האָט זיך אים קיין מאָל ניט געטרוימט.

דאָס ייִדיש פֿון פּרצן און אַשן מיט אַלע זײַנע עשירות און גלאַנץ, איז נאָך אַלעמען דאָס זעלבע ייִדיש, וואָס אונדזערע מאַמעס און באָבעס האָבן גערעדט. ניט בלויז די נשמה איז די זעלבע, נאָר דער גוף אויך. און וואָס נענטער דאָס ייִדיש איז צו דער אַלטער מוטער־שפּראַך אונדזערער, אַלץ ייִדישער איז עס, אַלץ געשמאַקער לעזט עס זיך, אַלץ זיסער איז זײַן מוזיק אין אונדזערע אויערן, אַלץ העכער איז זײַן פּראַכט אין אונדזער האַרצן.

אויסצוּוואָרצלען אַלטע, טיף אײַנגעגראָבענע אײַנדרוקן איז אָבער ניט לײַכט. עס נעמט צײַט. די אָנערקענונג, אַז אונדזער שפּראַך איז אויך אַ שפּראַך, קומט אָן ביסלעכווײַז. יעדער נײַ ליטעראַריש ווערק העלפֿט מיט יעדע ייִדישע צײַטשריפֿט, וואָס רעדט מיט דעם ווירדיקן טאָן פֿון די אומות־העולם, פֿאַרשטאַרקן דעם נײַעם באַגריף; און אַזאַ פּאַסירונג ווי אַ קאָנפֿערענץ, וווּ ייִדיש ווערט באַשפּראָכן אַלס אַ שפּראַך, וואָס קען ווײַטער ניט זײַן קיין הפֿקר, נאָר מוז האָבן באַשטימטע פֿאָרמען, אַ באַשטימטע גראַמאַטיק, באַשטימטע "ספּעללינג" [אויסלייג] — אַזאַ קאָנפֿערענץ רעזומירט אַלע אײַנדרוקן און שטרײַכט שטאַרק אונטער דעם באַוווּסטזײַן, אַז ייִדיש איז אַ פֿיל וויכטיקערע זאַך, ווי מען פֿלעגט מיינען, און קען זײַן אַזוי וויכטיק ווי דײַטש, ווי פֿראַנצויזיש, רוסיש אָדער ענגליש.

דער קוואַל פֿון דעם וואַקסנדיקן נײַעם באַגריף איז די ייִדישע פּאָגראָמען־עפּידעמיע וואָס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אין די אַכציקער יאָרן. ווען ניט זי, וואָלט אַ געבילדעטער ייִד, וואָס שרײַבט ייִדיש, געווען אַזאַ זעלטנהייט ווי פֿריִער. גלײַך נאָך די ערשטע פּאָר פּאָגראָמען האָבן ייִדישע סטודענטן, וואָס פֿלעגן זיך שעמען צו הערן ווי מען רעדט ייִדיש — ווער רעדט שוין וועגן ריידן! — גלײַך נאָך די ערשטע פּאָר פּאָגראָמען האָבן זיי אָנגעפֿאַנגען אויף די גאַסן, אין דער הויך, זייער מוטער־שפּראַך צו געברויכן. דאָס איז געווען זייער דעמאָנסטראַציאָן צו ווײַזן, אַז דאָס פֿאַרגאָסענע ייִדישע בלוט האָט זיי די אויגן געעפֿענט, אויפֿגעוועקט זיי פֿון זייער נאַרישן טעות, אַז זיי קענען זיך אָפּשאָקלען פֿון זייער פֿאָלק.

און אַזוי האָט זיך דאָס אָנגעהויבן. די ערשטע ציגל צו דעם בנין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט אַבֿראַמאָוויטש און שלום־עליכם געמאַכט פֿריִער; אָבער ווען ניט די פּאָגראָמען, וואָלט די געבײַדע ווײַט ניט דערגאַנגען. און עס זאָל קענען בײַ אונדז וואַקסן אַ ליטעראַטור, איז צוערשט נויטיק געווען, אַן אַלגעמיינער הכשר אויף ייִדיש, אַן אָנערקענונג, אַז צו שרײַבן "זשאַרגאָן" איז ניט קיין אומפּאַסיקע זאַך, — אַז אַדרבא, עס איז "אַ גוטע זאַך".

וואָס שפּעטער וועט זײַן, קענען מיר ניט נבֿיאות זאָגן. ווי אַזוי עס וועט ווירקן אויף דעם שיקזאַל פֿון ייִדיש, אַן אמתע באַפֿרײַונג פֿון רוסלאַנד מיט אַן אמתער אויסלייזונג פֿון די ייִדן — דאָס אויסצורעכענען פֿאָרויס נעמען מיר זיך ניט אונטער. פֿאָרלויפֿיק אָבער איז דער פֿאַקט אַ פֿאַקט, אַז די ייִדישע שפּראַך בליט און וואַקסט, און אַז אין אונדזער בעלעטריסטיק ווייניקסטנס, איז זי שוין רײַך אַנטוויקלט גענוג צו פֿאַרדינען אַ פּלאַץ צווישן די לשונות פֿון אייראָפּע.

Di kroinshtot Itil fun di hazarer(Khazars) gefunen!

Di rusishe archeologen hobn gemoldn az zei hobn gefunen di uralte kroinshtot fun dem hazarishen Kaganat vu di hoipt religie iz geven a idishe. Ich farmut az etleche fun maine elter foters oich zainen geven hazarer vail maine bobe iz geboiren gevoren mit dem familie nomen Kagan - dos iz vi di hazarishe kenige hobn geheisn. Kaplan meint "tiger" in terkish, mestome dos iz oich a hazarisher nomen.
http://www.lenta.ru/news/2008/09/02/itil/