- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט איינער אַ דעפּוטאַט פֿון דער אויבער־דומע, דער פּאַרלאַמענט אין אוקראַיִנע, מיטן נאָמען מאָסקאַל, זיך געוואָנדן צום הויפּט פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט־דינסט מיט אַ ביטע אויסצופֿאָרשן די אומשטענדן פֿון טויט בײַ סטעפּאַן באַנדעראַ, יעווגעני קאָנאָוואַלץ, סימאָן פּעטלוראַ און לעוו טראָצקי (בראָנשטיין). מיר וועלן זיך שפּעטער אומקערן צו די דאָזיקע פּערזענלעכקייטן. אָבער פֿריִער איז כּדאַי זיך אומצוקוקן אויף אַ געוויסן צײַט־אָפּשניט, וואָס וועט דערמעגלעכן בעסער צו פֿאַרשטיין די איצטיקע ווענדונג פֿונעם חשובֿן דעפּוטאַט מאָסקאַל. ווי עס איז געמאָלדן געוואָרן אָנהייב וואָך, האָט צפֿון־קאָרעע אירע סטראַשונקעס דורכצופֿירן אַ נײַעם אויספּרוּוו פֿון איר נוקלעאַרער באָמבע — רעאַליזירט. די מעכטיקייט פֿונעם אויפֿרײַס גרייכט פֿון 10 ביז 20 קילאָטאָן, אַן ערך אַזאַ מעכטיקייט האָט געהאַט די באָמבע, וואָס אַמעריקע האָט אין 1945 אַראָפּגעוואָרפֿן אויף היראָשימע. צי איז עס אַ באַווײַז פֿון אַ טעכנאָלאָגישער אָפּגעשטאַנענקייט? ס׳ווענדט זיך מיט וואָס צו פֿאַרגלײַכן; אויב עס פֿאַרגלײַכן מיטן ערשטן אויספּרוּוו פֿון צפֿון־קאָרעע, מיט דרײַ יאָר צוריק, איז עס אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס — מיט 10־20 מאָל מעכטיקער. בלי־ספֿק, אַז די הויפּט־נײַעס פֿון דער וואָך איז פֿאַר אונדז געוואָרן די באַגעגעניש צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און דעם ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו. נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג האָבן סײַ די אַנאַליטיקער און סײַ די פּאָליטיקער פֿון ביידע צדדים אַרויסגעזאָגט די גרונט־פּרינציפּן פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן און דעם נײַעם רעגירונג־קאַבינעט אין ירושלים. און די גרונט־פּרינציפּן זײַנען פֿאַקטיש צוויי: די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונגען פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען און די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם. די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו פֿאַרבײַטן דעם גענעראַל מאַק‘קירנאַן, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם מיליטער פֿון נאַטאָ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן, אויף דעם גענעראַל מאַק‘קריסטאַל, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען אַ הויכן אַמט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. באַלד נאָך די ערשטע דערקלערונגען פֿון דער נײַ־אויסגעוויילטער רעגירונג אין ישׂראל, מכּוח אירע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער שכנים, איז קלאָר געוואָרן, אַז סײַ אייראָפּע, סײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען פֿון די פּלענער נישט אַנטציקט. צוריק גערעדט, זײַנען די אַנטוויקלונגען צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט אין די לעצטע זעכצן יאָר, זינט ס‘איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "אָסלאָ־אָפּמאַך", מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך זיך געפֿרייט, צוזאַמען מיט די ישׂראל־בירגער, מיטן 61סטן געבוירן־טאָג פֿון דער ייִדישער מדינה. וווּ אַ ייִד זאָל נישט וווינען, פֿאַרבינדט אים מיט דעם שמאָלן שטיקל ערד אפֿשר נישט אַזוי די דאַטע אַליין, ווי דער גורל פֿון געהערן צו איין פֿאָלק מיט איין אמונה און איין געשיכטע. די רעגירונג פֿון ישׂראל, נישט וויכטיק פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָזיציע, איז קיין מאָל נישט געבליבן גלײַכגילטיק צו דעם גורל פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות — צי זאָל עס זײַן אין עטיאָפּיע, צי אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָדער אין אַנדערע לענדער. עס איז שוין אַפֿילו נישט קיין חידוש, וואָס נאָך איין אינטערנאַציאָנאַלע צונויפֿקומעניש, דורכגעפֿירט אונטער דעם הויכן דאַך פֿון "יו־ען", ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטיסעמיטישן פֿאַרס. עס חידושט אָבער יאָ, וואָס די מערבֿ־לענדער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר די וועגווײַזערס פֿון דער הײַנטיקער ציוויליזאַציע, לאָזן זיך אַזוי לײַכט פֿאַרפֿירן מצד די לענדער, וואָס זייערע רעגירונגען זײַנען גאָר נישט לאַנג צוריק "אַראָפּגעקראָכן פֿון די ביימער". דווקא אין די טעג, ווען ייִדן איבער דער וועלט מערקן אָפּ דעם 66סטן יאָרצײַט נאָך אונדזערע אומגעקומענע קדושים, די העלדישע אויפֿשטענדלער אין דער וואַרשעווער געטאָ, גייט ווײַטער אָן דער מיאוסער האַנדל אַרום דעם מערדער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. ער ווערט באַשולדיקט דורך דעם דײַטשישן געריכט אין דער אַקטיווער מיטהילף בײַם אומברענגען אַרום 30 טויזנט ייִדן אין די טויט־לאַגערן סאָביבאָר, מײַדאַנעק און טרעבלינקע. אין די פּסחדיקע טעג ווילט זיך ניט שרײַבן וועגן טרויעריקע זאַכן. דערצו קומען דאָך אָן ניט ווייניק פֿריילעכע בשׂורות, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. גוטע נײַעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שווערע סחורה פֿאַר דער מעדיאַ. טראַגעדיעס, ניט יום-טובֿים, זײַנען בדרך-כּלל אין צענטער פֿון זשורנאַליסטישע באַמיִונגען צוצוציִען דעם עולם צו די טעלעוויזיע-קאַנאַלן, ראַדיאָ-סטאַנציעס צי צײַטשריפֿט. דאָס הייסט ניט, אַז מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וועגן בשׂורות-טובֿות. הײַיאָר איז פּסח כּמעט צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער דאַטע, ווען אין דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט־שטעטל, קעמפּ־דייוויד, איז מיט 30 יאָר צוריק אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום־אָפּמאַך צווישן עגיפּטן און ישׂראל. 30 יאָר בלאָנדזשען איבערן מידבר פֿון צווישן־באַציִונגען די ביידע שכנישע מלוכות, און מ׳איז נאָך אַלץ אויף דעם וועג צו אַ פֿעסטן פֿילזײַטיקן שלום. פֿונדעסטוועגן, ווי מ‘האָט ליב איבערצוחזרן אין ביידע מדינות, איז פֿאָרט בעסער אָט אַזאַ מאָדנער שלום, וואָס האַלט זיך אויף אומצוטרוי און פֿײַנטשאַפֿט, איידער אַ מלחמה און בלוט־פֿאַרגיסונג. אָנהייב וואָך איז פֿאָרגעקומען אין זשענעווע די צענטע סעסיע פֿונעם קאָמיטעט פֿון מענטשן־רעכט בײַ דער "יו־ען". פֿאַרהערט האָט מען דעם באַריכט פֿון דעם ספּעציעלן שליח, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער־פּראָבלעמען בעת באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן, ראַכיקאַ סומאַראַסוואַני. ווי עס פֿירט זיך שוין אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, זײַנען אירע מיטגלידער, קודם־כּל, באַזאָרגט וועגן דעם גורל פֿון די פּאַלעסטינער קינדער, וואָס די "ישׂראלדיקע מיליטאַנטישע מאַשין ברענגט אום אָן אַ טראָפּן רחמנות". דווקא איצט, אין דער צײַט, ווען די מאַכט אין ישׂראל געפֿינט זיך צווישן־בענקלעך, דאָס מיינט, אַז דער אַוועקגייענדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿירט נאָך אויס זײַנע אויפֿגאַבעס, און דער נאָך נישט־געוואָרענער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועלכער זוכט נאָך אַלץ וועגן צונויפֿצושטעלן זײַן רעגירונג; דווקא אין דעם קורצן צײַט־אָפּשניט, קומט פֿאָר דער טראַגישער האַנדל צווישן ישׂראל און “כאַמאַס" וועגן דער באַפֿרײַונג פֿונעם געפֿאַנגענעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שלית. |