‫פֿון רעדאַקציע

בלי־ספֿק, אַז די הויפּט־נײַעס פֿון דער וואָך איז פֿאַר אונדז געוואָרן די באַגעגעניש צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און דעם ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו.

נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג האָבן סײַ די אַנאַליטיקער און סײַ די פּאָליטיקער פֿון ביידע צדדים אַרויסגעזאָגט די גרונט־פּרינציפּן פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן און דעם נײַעם רעגירונג־קאַבינעט אין ירושלים. און די גרונט־פּרינציפּן זײַנען פֿאַקטיש צוויי: די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונגען פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען און די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם. ביידע צדדים זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין אַ פּאָזיטיווער לייזונג פֿון די לעבנס־וויכטיקע פֿראַגעס, אָבער יעדער צד זעט די דאָזיקע לייזונג פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל.

פּרעזידענט אָבאַמאַ האַלט, אַז דאָס שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה וועט צום בעסטן ווירקן אויף די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און די אַראַבישע לענדער, וואָס ס‘רובֿ פֿון זיי אָנערקענען נישט די ייִדישע מדינה.

דער פּרעמיער נתניהו איז נישט קעגן צו אַנטוויקלען די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיט דער אַראַבישער וועלט בכלל און עקאָנאָמיש שטיצן די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון אַבו מאַזען בפֿרט, ער איז אָבער קעגן דעם שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה; יעדנפֿאַלס, כּל־זמן די פּאַלעסטינער גופֿא וועלן נישט מאַכן בײַ זיך שלום־בית און קודם־כּל אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל.

וואָס שייך דער איראַנישער טעמע, איז פֿון פֿריִער באַקאַנט געווען, אַז אָבאַמאַ האַלט זיך בײַ דער טאַקטיק פֿון פֿירן מיט טעהעראַן פֿאַרהאַנדלונגען און איז קאַטעגאָריש קעגן, אַז ישׂראל זאָל אַטאַקירן איראַנס נוקלעאַרע אָביעקטן. אָבאַמאַ גלייבט אין כּוח פֿון וואָרט, נישט אין כּוח פֿון וואָפֿן. און זײַן איבערצײַגונג האָט ער באַשטעטיקט בעת דער טרעפֿונג מיט נתניהו, אָפּוואַרפֿנדיק דעם אולטימאַטיוון טערמין פֿון דרײַ חדשים, פֿאָרגעלייגט פֿונעם ישׂראל־פּרעמיער, און באַטאָנט, אַז אין דעם פֿאַל טאָר מען זיך נישט באַגרענעצן מיט באַשטימטע טערמינען. פֿונדעסטוועגן, גלייבט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז ביז סוף יאָר וועט מען הערן פֿון טעהעראַן אַ פּאָזיטיוון פֿאָרשלאָג.

וואָס איז אונדזער מיינונג פֿון דער ערשטער טרעפֿונג צווישן די צוויי וויכטיקע סטראַטעגישע אַליִיִרטע? אפֿשר איז עס צום ערשטן מאָל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר, וואָס אין די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און ישׂראל איז יעדער צד, נאָך אַזאַ טרעפֿונג, געבליבן פֿעסט בײַ זײַן מיינונג; דער איצטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין אָפֿיציעלן דרוק אויפֿן ישׂראלדיקן פּרעמיער, ווי עס פֿלעגט פֿאָרקומען ביז אַהער. נאָך מער: אָבאַמאַ, האַלטנדיק זיך בײַ זײַנע פּרינציפּן, האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין נתניהו, אַז ישׂראל קאָן אַליין באַשליסן איר גורל סײַ וואָס שייך די פּאַלעסטינער און סײַ איראַן; אָבער די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע צווישן־באַציִונגען וועלן זיך ווײַטער אַנטוויקלען לויט די באַשלוסן און מעשׂים, וואָס ישׂראל גופֿא וועט אָננעמען און דורכפֿירן. אַנדערש געזאָגט: אונדזער מיינונג בנוגע די פּאַלעסטינער און איראַן ווייסט איר, ווײַטער טוט ווי איר פֿאַרשטייט!

וואָס מיינט עס? דאָס מיינט, אַז די איצטיקע רעגירונג וועט מוזן אַליין באַשליסן אָדער נאָכפֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אין זינען, קודם־כּל, אירע אייגענע אינטערעסן אין מיטעלן מיזרח, אָדער אַליין לייזן דעם אייגענעם גורל, נישט פֿאַרלאָזנדיק זיך אויפֿן אַמעריקאַנער "באָס" און אויף זײַן מעגלעכער שטיצע.

צוריק גערעדט, איז עס דאָך די ערשטע טרעפֿונג אויפֿן שווערן וועג פֿון צווישן־באַציִונען. ווי באַוווּסט, איז דער מיטעלער מיזרח אַ האַרט ניסל, און ביז אַהער האָט נאָך קיין איין אַמעריקאַנער פּרעזידענט און קיין איין ישׂראל־פּרעמיער עס נישט צעקנאַקט.

באַראַק אָבאַמאַ האָט די נאָענטסטע טעג נאָך צוויי וויכטיקע באַגעגענישן: מיטן הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַבו מאַזען, און מיטן עגיפּטישן פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק. אָנהייב יוני פֿאָרט באַראַק אַרויס קיין קאַיִר, וווּ ער וועט אויפֿטרעטן מיט אַ וויכטיקער רעדע, אין וועלכער, ווי מע דערוואַרט, וועט ער דערקלערן זײַן פּראָגראַם וועגן מיטעלן מיזרח. קיין סורפּריזן וועלן נישט אויספֿעלן.