‫פֿון רעדאַקציע

בלי־ספֿק, אַז די הויפּט־נײַעס פֿון דער וואָך איז פֿאַר אונדז געוואָרן די באַגעגעניש צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און דעם ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו.

נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג האָבן סײַ די אַנאַליטיקער און סײַ די פּאָליטיקער פֿון ביידע צדדים אַרויסגעזאָגט די גרונט־פּרינציפּן פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן און דעם נײַעם רעגירונג־קאַבינעט אין ירושלים. און די גרונט־פּרינציפּן זײַנען פֿאַקטיש צוויי: די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונגען פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען און די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור

פֿאַריאָמערט, פֿאַרקלאָגט
פֿון זײַן היים פֿאַריאָגט,
פֿאַר זײַנע גרויסע זינד.
בלאָנדזשעט אַרום, אַזוי אומעטום —
פֿון גאָט דאָס פֿאַרשאָלטענע קינד.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען

דער אימאַזש פֿונעם גלות־ייִד וואָס וואַנדערט נע־ונד, אָן אַ היים, אָן אַ מקום־מיקלט, איז טיף אײַנגעבאַקן אינעם ייִדישן פֿאָלק־זכּרון. פֿאַר וואָס קומט אונדז אַזאַ וואַנדערונג אָן אויפֿהער?

קולטור
פֿון גאָשאַ קאָזיאָל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שאַפֿנדיק דעם מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן, האָט מען געשטרעבט, אַז די צילן זאָלן זײַן גאָר אַנדערע ווי אין די עקזיסטירנדיקע ייִדישע מוזייען אין אַנדערע לענדער. מע וויל נישט אויפֿבויען קיין נײַעם מאָנומענט פֿאַר די אומגעקומענע אין חורבן. דער צוועק איז צו ווײַזן דאָס פֿאַר־מלחמהדיקע לעבן, וואָס איז אָפּגעווישט געוואָרן און די קולטור-ירושה, וואָס איז פֿונדעסטוועגן פֿאַרגעבליבן; ווי אויך דעם נאָך־מלחמדיקן פּעריאָד ביז די לעצטע דעבאַטעס וועגן די ייִדיש-פּוילישע באַציִונגען.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלום אַש, "קידוש־השם"
("צוליב דער אמונה פֿון די אָבות"), פֿאַרלאַג "טעקסט", 2008

נישט לאַנג צוריק, האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "טעקסט" אַרויסגעגעבן אויף רוסיש צוויי קלאַסישע ייִדישע ביכער: שלום אַשס "קידוש־השם" און יצחק באַשעוויסעס "שׂטן אין גאָרײַ", איבערגעזעצט דורך ישׂראל נעקראַסאָוו — אַ באַגאַבטער פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט, אַ פּראָזע־ און פּאָעזיע־איבערזעצער, אַ פֿילאָלאָג, אַ לערער פֿון ייִדיש און אַ קענער פֿון עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש און ציגײַנעריש.

"קידוש־השם" איז, מסתּמא, דאָס סאַמע באַרימטע ווערק פֿון שלום אַשן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Oleg Jurjew. Die Russische Fracht. Roman. Aus dem Russischen von Elke Erb und Olga Martynowa. Frankfurt am Main: Suhrkamp, 2009.

דער שרײַבער אָלעג יוריעוו לאָזט זיך ניט דעפֿינירן אין קלאָרע און איינדײַטיקע באַגריפֿן. ער שטאַמט פֿון לענינגראַד און וווינט אין פֿראַנקפֿורט; ער שרײַבט לידער, פּיעסעס און פּראָזע אויף רוסיש, און ליטעראַרישע קריטיק אויף דײַטש; די טעמעס פֿון זײַנע דראַמאַטישע און פּראָזאַיִשע ווערק זײַנען אָפֿטמאָל ייִדישע, בעת זײַן פּאָעטישע שאַפֿונג געהערט צו דער ספּעציפֿישער פּעטערבורגער/לענינגראַדער שיטה פֿון מאָדערנער רוסישער דיכטונג.

יוריעווס נײַער ראָמאַן איז אַרויס אין אַ בוכפֿאָרעם אין דײַטשלאַנד, בעת אין רוסלאַנד איז ער דערשינען בלויז אין אַ פֿאַרקירצטן צײַטשריפֿט־נוסח.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש — "במדבר". דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן די ייִדן בעת זייער וואַנדערן אינעם מדבר. דער גאַנצער חומש "במדבר" איז פֿול מיט חשבונות פֿון באַזונדערע שבֿטים און משפּחות, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות"; אין ניט-ייִדישע איבערזעצונגען טראָגט ער אויך ענלעכע נעמען.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג געהערט ווי אַ לאָנדאָנער געשעפֿטסמאַן האָט דערציילט וועגן זײַנע פֿרילינג-וואַקאַציעס אין יאָרדאַניע. קודם-כּל, האָט ער זיך געקלאָגט אויף דעם נידעריקן ניוואָ פֿון דעם האָטעל בײַם רויטן ים. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַפֿילו אומגעקערט אַ היפּש ביסל געלט, ווײַל די רעאַלקייט האָט ניט אָפּגעשפּיגלט דעם פּירסום. מיר איז אויסגעקומען צו הערן אויך באַגײַסטערטע אָפּרופֿן מכּוח יאָרדאַניע, וווּ מע אַנטוויקלט די טוריסטישע אינדוסטריע.

חורבן, ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס ליגט פֿאַר מיר די פֿאַרנעמיקע און יסודותדיקע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, הויפּט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע און לייטער פֿון דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָס בוך הייסט: "סאַלאַמאַנדראַ: מיטאָס און היסטאָריע אין קאַצעטניקס ווערק". עס אַנטהאַלט 487 זײַטן מיט ביז־איצט אומבאַקאַנטע דאָקומענטן און אילוסטראַציעס, אַרײַנגערעכנט אַן אַרײַנפֿיר פֿון 25 זײַטן אויף ענגליש. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך האָט געאַרבעט אויף דער דאָזיקער וואָגיקער און טיפֿער פֿאָרש־אַרבעט קרובֿ צו 15 יאָר. דער זעלטענער צופֿאַל האָט געוואָלט, אַז דאָס בוך זאָל דערשײַנען נאָענט צו דער דאַטע פֿון דעם 100סטן געבוירנטאָג פֿון יחיאל פֿײַנער, וועלכער איז באַקאַנט ווי יחיאל די־נור, אָדער קאַצעטניק.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך און מײַן פֿרײַנדינע ליליען, שפּאַצירן מיר יעדן אין דער פֿרי אין די פּאַרקן, צוליב דעם וואָס מען רעדט אונדז אײַן אַ קינד אין בויך, אַז דאָס גיין איז גוט פֿאַר אונדזער געזונט. און ווער וויל דאָס נישט זײַן געזונט? כאַפּט מען דעם שפּאַציר אין די דערבײַיִקע פּאַרקן, גאַסן און געסלעך, און אַז מען קערט זיך אום אַהיים, זײַנען מיר פֿול מיט ענערגיע. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם וואָס מיר האָבן צופֿרידן געשטעלט די מעדיקער.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין לעצטנס אַוועק הערן אַ לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. דעם לעקטאָרס בוך האָב איך געהאַט געלייענט און גענוצט בײַם צוגרייטן מײַנע קלאַסן, אַזוי אַז מיך האָט לחלוטין ניט געחידושט דער הויכער ניוואָ פֿון דער פּרעזענטאַציע. געחידושט האָט מיך די נישטיקע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אים הערן; עטלעכע גראַדויִר-סטודענטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ פּאָר געוועזענע אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג פֿאַר עמיגראַציע. און שוין. אַ סימן, אַז דער ענין איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן און איז אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַ מסורה.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך אַרבעט ווי אַ געהילף בײַ אַ חזן אין אַ שיל. אַזוי פֿיל מענטשן ווילן, איך זאָל זיך באַקענען מיט זייער חבֿר אָדער קרובֿ, אַז איך ווער משוגע. איך בין יונג און באַמי זיך אויפֿצופֿירן פּראָפֿעסיאָנעל; אָבער מײַנע מיטאַרבעטער און די מיטגלידער אין דער קהילה "האַקן" מיר כּסדר וועגן דעם, איך זאָל האָבן אַ ראַנדעוווּ מיט זייער זון, אייניקל אָדער חבֿר. כאָטש איך בין יאָ אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויל איך מע זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר און מײַן פּאָזיציע, און מיר דאַכט, אַז די שמועסן זענען נישט פּאַסיק בײַ דער אַרבעט. ווי קען איך די שמועסן אָפּשטעלן, אָבער בלײַבן העפֿלעך אין דער זעלבער צײַט?