עס ליגט פֿאַר מיר די פֿאַרנעמיקע און יסודותדיקע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, הויפּט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע און לייטער פֿון דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָס בוך הייסט: "סאַלאַמאַנדראַ: מיטאָס און היסטאָריע אין קאַצעטניקס ווערק". עס אַנטהאַלט 487 זײַטן מיט ביז־איצט אומבאַקאַנטע דאָקומענטן און אילוסטראַציעס, אַרײַנגערעכנט אַן אַרײַנפֿיר פֿון 25 זײַטן אויף ענגליש. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך האָט געאַרבעט אויף דער דאָזיקער וואָגיקער און טיפֿער פֿאָרש־אַרבעט קרובֿ צו 15 יאָר. דער זעלטענער צופֿאַל האָט געוואָלט, אַז דאָס בוך זאָל דערשײַנען נאָענט צו דער דאַטע פֿון דעם 100סטן געבוירנטאָג פֿון יחיאל פֿײַנער, וועלכער איז באַקאַנט ווי יחיאל די־נור, אָדער קאַצעטניק. ער איז געבוירן געוואָרן אין סאָסנאָוויץ, פּוילן, דעם 16טן מײַ 1909 און איז ניפֿטר געוואָרן דעם 21סטן יולי 2001 אין תּל־אָבֿיבֿ.
יחיאל די־נור, קאַצעטניק, איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע שרײַבער, געראַטעוועטע פֿון חורבן, וועלכער האָט באַוויזן צו באַשרײַבן דעם גורל און פּײַן פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; דעם אומקום פֿון די זעקס מיליאָן פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט — אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק! ער האָט באַוויזן אַרויסצוגעבן אַ סעריע פֿון 6 וויכטיקע ווערק וועגן חורבן א״נ "סאַלאַמאַנדראַ, כראָניק פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין 20סטן יאָרהונדערט". אין די דאָזיקע ווערק האָט ער אַנטפּלעקט פֿאַר דער וועלט איינע פֿון די שטאַרקסטע, רעאַליסטישע שילדערונגען, וואָס ער פּערזענלעך האָט איבערגעלעבט אין געטאָ סאָסנאָוויץ, אַרבעטס־לאַגער סאַרקאַו, אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין די טראַגישע מלחמה־יאָרן. ער איז געווען דער איינציקער קאַצעטניק פֿון די 110 עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס אין ירושלים, וועלכער האָט זיך נאָך געהאַט געטראָפֿן מיט אײַכמאַנען — פּנים־אל־פּנים — צוויי מאָל אין דעם זעלבן טאָג אין געטאָ סאָסנאָוויץ.
אין בוך פֿון פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך ווערט געבראַכט צום ערשטן מאָל אַן אומבאַקאַנטער דאָקומענט פֿון אַ דעפּאָזיציע, וואָס קאַצעטניק האָט דיקטירט, אַ קורצע צײַט פֿאַרן אײַכמאַן־פּראָצעס אין ירושלים, אין דער אָנוועזנהייט פֿון מיכאל גאָלדמאַן־גלעד, אַ פּאָליציי־אויספֿאָרשער פֿון 06סטן דעפּאַרטאַמענט, פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. אין אָט דעם דאָקומענט, באַשרײַבט ער די ליקווידאַציע פֿון געטאָ אין סאָסנאָוויץ, זײַן אָנקום קיין אוישוויץ און די שווערע באַדינגונגען וואָס האָבן דאָרטן געהערשט, צוזאַמען מיט שילדערונגען פֿון זײַנע צוויי באַגעגענישן מיט אײַכמאַנען.
ווי באַוווּסט, האָט קאַצעטניק, גלײַך פֿון אָנהייב פֿון זײַן עדות־זאָגן פֿאַרן געריכט אין ירושלים, פֿאַרלוירן זײַן באַוווּסטזײַן און איז אַוועקגעפֿאַלן אויף דער ערד. די דאָזיקע געשעעניש האָט אַרויסגערופֿן אַ דערשיטערונג בײַ אַלע אָנוועזנדיקע אין געריכט־זאַל, און בײַ די וועלכע האָבן נאָכגעפֿאָלגט דעם גאַנג פֿונעם פּראָצעס אויף דער טעלעוויזיע. עס האָט געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער ישׂראלדיקער און אַלגעמיינער פּרעסע אין דער גאָרער וועלט.
ווי ס׳איז שוין אויבן דערמאָנט געוואָרן, איז דאָס בוך "סאַלאַמאַנדראַ: מיטאָס און היסטאָריע אין קאַצעטניקס ווערק" דערשינען אין אַפּריל 2009, אַרויסגעגעבן פֿון דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע אין אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, צוזאַמען מיט דעם "כּרמל־פֿאַרלאַג". אין דעם בוך ווערן אַכט קאַפּיטלעך אָפּגעגעבן דעם אַנאַליז פֿון קאַצעטניקס ליטעראַרישע ווערק אויפֿן פֿאָן פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.
דאָס ערשטע קאַפּיטל איז אַן אַרײַנפֿיר צו קאַצעטניקס ליטעראַרישע שאַפֿונגען במשך 70 יאָר.
דאָס צווייטע קאַפּיטל פֿאַרנעמט זיך מיט די אותיות (ראָשי־תּיבֿות) א.דמ.ע., וואָס פֿיגורירן אויף די ערשטע זײַטלעך פֿון אַלע זײַנע ביכער, סײַ אין ייִדיש, סײַ אין העברעיִש און סײַ מיט לאַטײַנישע אותיות, אין אַלע זײַנע איבערגעזעצטע ביכער אין 20 שפּראַכן.
דאָס דריטע קאַפּיטל באַהאַנדלט קאַצעטניקס ערשטן ראָמאַן אויף ייִדיש מיטן נאָמען "סאַלאַמאַנדראַ", ווי אַ היסטאָריש־ליטעראַרישע עדותשאַפֿט.
דאָס פֿערטע קאַפּיטל אַנטהאַלט אַן איבערזיכט, ווי אַזוי דער ראָמאַן "סאַלאַמאַנדראַ" איז אויפֿגענומען געוואָרן דורך דער קריטיק, לויט די פּרעסע־אַרטיקלען אין די יאָרן 1946—1947.
דאָס וואָרט "סאַלאַמאַנדראַ", דערשײַנט בײַ קאַצעטניקן אין אַ שלל פֿון קאָנטעקסטן — סײַ ליטעראַרישע, סײַ היסטאָרישע, סײַ לעגענדאַרע — וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די נאַטור־וויסנשאַפֿטן. "סאַלאַמאַנדראַ" איז דער טיטל פֿון קאַצעטניקס סעריע פֿון זעקס ביכער וועגן חורבן און אויך דער טיטל פֿון זײַן ערשטן ראָמאַן אויף ייִדיש וועגן חורבן (1945), וואָס איז אויך דער נאָמען פֿונעם ליד וואָס יחיאל פֿײַנער האָט אָנגעשריבן גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג.
דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל אַנאַליזירט דעם טעקסט און די באַדינגונגען אין וועלכע דאָס ליד "סאַלאַמאַנדראַ": איז געשריבן געוואָרן אויפֿן פֿאָן פֿון זײַנע איבערלעבונגען אין אוישוויץ ביז זײַן באַגעגעניש מיט דער בריגאַדע אין טאָרוויזיאָ, צפֿון־איטאַליע.
דאָס זעקסטע קאַפּיטל רעכנט אויס די שטאַפּלען אין דער טעקסטועלער געשיכטע פֿון ראָמאַן "סאַלאַמאַנדראַ", אויפֿן וועג פֿון טאָרוויזיאָ ביז תּל־אָבֿיבֿ.
דאָס זיבעטע קאַפּיטל שטעלט זיך אָפּ אויף דער געשיכטע אין דער וועלט־ליטעראַטור און בײַ ייִדן פֿון דער סאַלאַמאַנדראַ, ווי אַ ליטעראַרישן סימבאָל, ווי אויך פֿון זײַנע פֿונקציעס אין קאַצעטניקס ווערק.
דאָס אַכטע קאַפּיטל שליסט די גאַנצע פֿאָרש־אַרבעט. עס פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון ייִדישן מקור פֿון ראָמאַן "סאַלאַמאַנדראַ", וואָס איז נאָך ביז הײַנט ניט דערשינען.
פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך האָט באַזאָרגט זײַן בוך מיט אַ שלל הערות און אומבאַקאַנטע דאָקומענטן, וואָס גיבן צו אַ האַפֿט צו די אַרויסזאָגונגען, מיינונגען און אַרײַנגעבראַכטע פֿאַקטן וועגן קאַצעטניקס ליטעראַרישן אויפֿטו. אין דעם לעצטן טייל פֿון בוך זענען צוגעגעבן געוואָרן עלף (11) צוהאַנגען און אַ ברייטער זוכצעטל פֿון נעמען.
דאָס בוך איז דער צווייטער באַנד פֿון אַ דרײַ־בענדיקן פּראָיעקט. דער ערשטער באַנד מיטן העברעיִשן נאָמען "כּמשיח לפֿי תּומו: שיחות עם יחיאל דינור" (שמועסן מיט קאַצעטניקן), איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דעם דבֿ סדן־אינסטיטוט און בית לוחמי הגיטאָות אין יאָר 2003.
דער דריטער באַנד וועט זײַן אַן אויסגאַבע פֿון ראָמאַן "סאַלאַמאַנדראַ" אויף ייִדיש, לויטן אָפּגעפֿונענעם כּתבֿ־יד.
אין דער הקדמה פֿון דעם ערשט־דערשינענעם בוך "צווישן עדות־זאָגן און ליטעראַטור" שרײַבט פּראָפֿ׳ שיינטוך:
"אין דער אומקום־ליטעראַטור אויף ייִדיש, און אויף העברעיִש, און אין דער דערציילערישער פּראָזע, פֿאַרנעמט דאָס עדות־זאָגן אַ צענטראַל אָרט, אויך ווען עס ווערט געשריבן בעתן חורבן און נאָך דער באַפֿרײַונג.
"אין פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמע ווערט בדרך־כּלל אָפּגעהיט אַ שטאַרקער צובונד צווישן דער היסטאָרישער רעאַליטעט מיט דער ליטעראַרישער. די רעאַליסטישע רעפּרעזענטאַציע איז אַן אינטעגראַלער קאָמפּאָנענט פֿון דער ליטעראַרישער רעאַקציע פֿון שרײַבער און מחברים, וואָס זענען פּערזענלעך געפּרוּווט געוואָרן אין די גרויליקע טעג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. למשל: אין מרדכי שטריגלערס שריפֿטן וועגן חורבן ווערט זײַן ליטעראַרישע פּראָזע פּאַראַלעל באַגלייט פֿון אַן עדותשאַפֿט, וואָס גייט ווײַטער אַפֿילו פֿון זײַנע פּערזענלעכע איבערלעבונגען, אויסנוצנדיק היסטאָרישע מקורים וואָס באַגרינדן די איבערגעגעבענע פֿאַקטן, וועגן דעם אָרט און צײַט פֿון די געשעענישן, נאָך איידער דער מחבר אַליין איז פּערזענלעך אַהין אָנגעקומען".
אין יחיאל שיינטוכס בוך, ווערט געמאַכט אַ פֿאַרגלײַך צווישן קאַצעטניקס דעפּאָזיציע מיט זײַנע ערשטע פֿיר ביכער וועגן חורבן, וואָס זענען דערשינען פֿאַרן פּראָצעס: "סאַלאַמאַנדראַ", "דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ", "פּיפּלס", "דאָס הויז פֿון די ליאַלקעס". ער קומט צום אויספֿיר, אַז די דערמאָנטע ליטעראַרישע שריפֿטן וועגן חורבן פֿון קאַצעטניק, וואָס זענען דערשינען פֿאַרן פּראָצעס, האָבן זיך באַצויגן צו אַלע פּונקטן וואָס געפֿינען זיך אין זײַן עדות־זאָגן. זײַנע ווערק זענען, אויב אַזוי, אוממעגלעך צו צעשיידן צווישן זיי.
"קאַצעטניקס עדותשאַפֿט האָט זיך אָנגעטאָן מיט דער קאָמוניקאַטיוויטעט פֿון אַ ליטעראַרישן אָנצוג, און זײַן ליטעראַריש־שאַפֿן איז געשריבן געוואָרן מיטן דראַנג איבערצוגעבן אַ היסטאָרישע עדות פֿאַר די קומענדיקע דורות", דערקלערט פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך אין זײַן באַלערנדיקן אויספֿיר.
דאָס בוך איז איינע פֿון די ווינציקע פֿאָרש־אַרבעטן אויף אַן אַקאַדעמישן ניוואָ, וואָס איז געשריבן געוואָרן אין די לעצטע יאָרן. עס וועט בלי־ספֿק דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר די קומענדיקע פֿאָרשונגען פֿון חורבן. עס וועט זײַן ראָוי צו דינען ווי אַ לערנבוך פֿאַר אוניווערסיטעטן און אַנדערע העכערע לערן־אַנשטאַלטן, וואָס וועלן זוכן ענטפֿערס פֿאַר די אומצאָליקע פֿראַגעס וועגן קאַצעטניקס לעבן און שאַפֿן בפֿרט, און וועגן דעם חורבן און אומקום פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה — בכלל.
פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך, עס קומט אײַך אָנערקענונג און אַ יישר־כּוח, פֿאַר אײַער אומדערמידלעכער אַרבעט אין משך פֿון 15 יאָר, כּדי צו פֿאָרשן און פּובליקירן די דאָזיקע מאָנומענטאַלע פֿאָרש־אַרבעט.
חזק־ואמץ! אַ סך, סך שעפֿערישע יאָרן אויף להבא!