איך בין לעצטנס אַוועק הערן אַ לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. דעם לעקטאָרס בוך האָב איך געהאַט געלייענט און גענוצט בײַם צוגרייטן מײַנע קלאַסן, אַזוי אַז מיך האָט לחלוטין ניט געחידושט דער הויכער ניוואָ פֿון דער פּרעזענטאַציע. געחידושט האָט מיך די נישטיקע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אים הערן; עטלעכע גראַדויִר-סטודענטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ פּאָר געוועזענע אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג פֿאַר עמיגראַציע. און שוין. אַ סימן, אַז דער ענין איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן און איז אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַ מסורה.
דער לעקטאָר האָט דערציילט, בפֿרט, וועגן אַן אינטערוויו, וועלכן ער האָט געהאַט מיט אַ געוועזענעם מיטאַרבעטער פֿון "סי-אײַ-איי", אָדער, ווי די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן רופֿן עס, "צע-ער-או". האָט דער געוועזענער אַגענט דערציילט, אַז אין דעם סאַמע אָנהייב פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט מען געזוכט אַ וועג צום אָפּשוואַכן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע האָט באַשלאָסן, אַז צוויי מיטלען האָבן געקענט זײַן באַזונדערס עפֿעקטיוו: ניט צולאָזן די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט צו דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע (בפֿרט פֿאַר דער נאַפֿט-אינדוסטריע) און צו פֿירן אַן אַרבעט מיט דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט פֿאַרנומען פּריווילעגירטע פּאָזיציעס אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.
מיר ווייסן ניט, אויף וויפֿל מע קען זיך פֿאַרלאָזן אויף אָט דעם אינטערוויו, אָבער ס׳איז יאָ באַוווּסט, אַז די עמיגראַציע האָט זיך אָנגעהויבן ניט פֿון דער העלער הויט. אַ גרויסע אַרבעט האָבן דורכגעפֿירט, למשל, די אָנגעשטעלטע פֿון "נתּיבֿ" (שטעג). מענטשן פֿון דעם געהיימען ביוראָ זײַנען ביזן יאָר 1967 געווען אויף דיפּלאָמאַטישע שטעלעס אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע. זיי האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרזייען דאָס פֿעלד פֿון עמיגראַציע, אײַנשטעלן קאָנטאַקטן מיט אַקטיוויסטן, באַזאָרגן זיי מיט ליטעראַטור און, דער עיקר, מיטן געדאַנק גופֿא פֿון עליה.
מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן באַשלאָסן אָנצוגעבן דאָקומענטן אויף עמיגראַציע, האָבן מיר זיך ניט געפֿילט אַליין. איך געדענק שוין ניט וועמען איך האָב געבעטן צו קריגן פֿאַר מיר אַן אײַנלאַדונג פֿון כּלומרשטע קרובֿים פֿון ישׂראל (אָן דעם וואָלט מען די דאָקומענטן ניט אָנגענומען), אָבער אין אַ קורצער צײַט אַרום זײַנען אָנגעקומען פֿיר צי פֿינף אַזעלכע אײַנלאַדונגען פֿון מענטשן, וועגן וועלכע איך האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט געהערט. איך רעד שוין ניט וועגן די פּעקלעך מיט דזשינסן און אַנדערע זאַכן, וואָס מיר פֿלעגן באַקומען אין די יאָרן פֿון בלײַבן "רעפֿיוזניקעס".
דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען ניט אַרײַן אויף דעם קאָנווייער פֿון עמיגראַציע. אונדז איז באַשערט געווען דער "נתּיבֿ" קיין אָקספֿאָרד. דאָס הייסט ניט, אַז אונדז איז געווען גרינג — עמיגראַציע בלײַבט עמיגראַציע. אָבער מיר האָבן, בלי-ספֿק, אויסגעמיטן זייער אַ סך פֿון די שוועריקייטן און דערנידעריקונגען, וועלכע זײַנען אַרויפֿגעפֿאַלן אויף דער דאָליע פֿון "ריכטיקע עמיגראַנטן". איצט, ווען דער שטויב האָט זיך שוין אָפּגעזעצט, איז געקומען די צײַט צו רעדן וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דעם פּראָצעס, בתוכם וועגן דער טראַוומע פֿון עמיגראַציע.
מיט עטלעכע יאָר צוריק איז געשטאָרבן אַ פֿעטער פֿון מײַן ווײַב, און זײַן אַוועקגיין האָט איבערגעלאָזט אַ פּוסטקייט אויך אין מײַן לעבן. איך האָב ליב געהאַט אַרײַנצוגיין צו אים, אַ קלוגן, ברייט-אָנגעלייענטן מענטש. די לעצטע זעכצן (צי אַפֿילו מער) יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער געוווינט אין אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש. איין מאָל האָט ער מיר געזאָגט: "דו ווייסט, מיר איז זייער גוט דאָ — מע צאָלט פֿאַר מײַן דירה, מע גיט מיר געלט, כ׳בין באַזאָרגט מיט מעדיצין. הקיצור, כ׳בין זייער צופֿרידן. אָבער עס ווילט זיך מיר צו מאָל געפֿינען דעם מענטש, וואָס איז שולדיק אין מײַן אַרויספֿאָרן פֿון רוסלאַנד און אים פּשוט דערדושען, ווי איך האָב עס געטאָן בעת דער מלחמה."
איך ווייס, וואָס ער האָט געמיינט. אין לענינגראַד האָט ער געהאַט אַ גוטע, גרויסע דירה אין אַ גוטער געגנט. דאָרטן איז בײַ אים געווען אַ יאַכט, אַ פּענסיע וועלכע ער האָט פֿאַרדינט און ניט באַקומען ווי אַ נדבֿה. און דער עיקר — ער איז געווען אין זײַן שפּראַך-קולטור (און אין זײַן קולטור בכלל), ניט געדאַרפֿט מאַטערן זיך מיט לערנען ענגליש, וואָס ער האָט סײַ-ווי-סײַ קיין מאָל ניט אויסגעלערנט און איז פֿאַרבליבן לינגוויסטיש אָפּהענגיק פֿון די קינדער.
אָבער זײַן טראַוומע איז, פֿון דעסטוועגן, געווען ניט אַזוי שטאַרק, ווי די טראַוומע, וועלכע עס האָבן איבערגעלעבט די עמיגראַנטן, וואָס זײַנען געווען ייִנגער און האָבן געמוזט אַרבעטן. מיר איז ניט באַקאַנט קיין סטאַטיסטיק, אָבער עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז פֿריִער אָדער שפּעטער האָבן ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן פֿאַרלעקט די פּסיכאָלאָגישע וווּנדן, אַרײַן אין די נײַע פֿעדערן, און געוואָרן באמת גליקלעך. דאָך אַ טייל איז, בלי-ספֿק, פֿאַרבליבן אַזוי צי אַנדערש דעפֿאָרמירט דורך דער דערפֿאַרונג. אייניקע האָבן זיך פּשוט אומגעקערט צי לעבן צווישן צוויי היימען, דער אַלטער און דער נײַער.
ס׳איז באַוווּסט, אַז בײַ פֿרויען גייט דער פּראָצעס פֿון אינטעגראַציע אין אַ נײַער געזעלשאַפֿט, בדרך-כּלל, גרינגער, איידער בײַ מאַנצבילען. מיר זײַנען באַקאַנט צוויי פֿאַלן פֿון זעלבסטמאָרד צווישן די סאָוועטיש-ייִדישע מענער-אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך ווייס ניט, צי עמעצער האָט אַ פֿולע סטאַטיסטיק פֿון אַזעלכע זאַכן. ס׳איז באַוווּסט אויך, אַז עמיגראַציע האָט רויִנירט אַ היפּש ביסל משפּחות. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער אָפּגעפֿרעמדקייט, וואָס די נײַע סבֿיבֿה קען שאַפֿן צווישן דעם עלטערן און דעם יונגן דור.
איך האָב באַגעגנט ניט ווייניק מענטשן, וואָס רעדן אָפֿן וועגן זייער טראַוומע. ס׳רובֿ אָבער קלײַבן אויס אַנדערע סטראַטעגיעס און מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ. אַ שטייגער, מע הערט ניט אויף צו פֿאָלגן די נײַעס פֿון רוסלאַנד און אַנדערע געגנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און מע פֿרייט זיך ממש, ווען מע הערט און לייענט וועגן שוועריקייטן אין די נאָך-סאָוועטישע לענדער. ווײַל דאָס הייסט, אַז מע האָט ריכטיק געטאָן, ווען מע האָט באַשלאָסן אַרויסצופֿאָרן.
אַ פּאָר טעג נאָך דער לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר אַרויסראַטעווען די סאָוועטישע ברידער און שוועסטער, האָב איך אַ זונטיק, בעת אַ שפּאַציר בײַם ים, זיך צופֿעליק באַגעגנט מיט אַ געוועזענער שכנה. זי האָט מיט צוואַנציק יאָר צוריק געוווינט אין מאָסקווע אין אַ דירה אַנטקעגן אונדז. פֿופֿצן יאָר פֿון איר לעבן איז אַוועק אויף דערגרייכן דעם סטאַטוס, וועלכן זי האָט געהאַט אין מאָסקווע — אַ דאָקטער מיט אַ דאָקטאָר-טיטל ("פּי-אייטש-די"). איצט איז זי אַ פּסיכיאַטאָר אין אַ ברוקלינער שפּיטאָל, אָבער סײַ-ווי — ווי זי האָט מיר געזאָגט — קוקט מען אויף איר פֿון אויבן אַראָפּ, ווײַל די בילדונג האָט זי באַקומען מחוץ אַמעריקע. דער וועטער איז געווען אַ גוטער, און מיר האָבן אַ שעה אָפּגעדברט וועגן דער "טראַוומע" — אַ טעמע, וואָס אינטערעסירט זי. אפֿשר וועלן מיר אַ מאָל לייענען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּהאַנדלונג, ניט סתּם מײַנע צעשויבערטע, אימפּרעסיאָניסטישע נאָטיצן.