- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך אַרבעט ווי אַ געהילף בײַ אַ חזן אין אַ שיל. אַזוי פֿיל מענטשן ווילן, איך זאָל זיך באַקענען מיט זייער חבֿר אָדער קרובֿ, אַז איך ווער משוגע. איך בין יונג און באַמי זיך אויפֿצופֿירן פּראָפֿעסיאָנעל; אָבער מײַנע מיטאַרבעטער און די מיטגלידער אין דער קהילה "האַקן" מיר כּסדר וועגן דעם, איך זאָל האָבן אַ ראַנדעוווּ מיט זייער זון, אייניקל אָדער חבֿר. כאָטש איך בין יאָ אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויל איך מע זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר און מײַן פּאָזיציע, און מיר דאַכט, אַז די שמועסן זענען נישט פּאַסיק בײַ דער אַרבעט. ווי קען איך די שמועסן אָפּשטעלן, אָבער בלײַבן העפֿלעך אין דער זעלבער צײַט? "נישט פֿאַרצווייפֿלט, וואָס איך האָב נישט קיין בחור" טײַערע "נישט פֿאַרצווייפֿלט", עס פֿרייט מיך, וואָס איר שרײַבט וועגן דעם, ווײַל ס‘איז כּדאַי דעם בריוו צו לייענען, איידער מע הייבט אָן שפּילן די ראָלע פֿון אַ שדכן. נישט אַלע מאָל איז פּאַסיק צו "שדכנען" און נישט אַלע מאָל נעמט מען דאָס אָן פֿאַר ליב. אין דער קהילה פֿירט זיך, אַז מע וויל חתונה מאַכן יעדן איינעם וואָס גיכער; איך בין זיכער, אַז אין אײַער קהילה איז נישט אַנדערש און די מענטשן האָבן די בעסטע כּוונות. איר זענט גערעכט, וואָס איר ווילט בלײַבן פּראָפֿעסיאָנעל און נישט רעדן צו פֿיל וועגן ראָמאַנטישע באַציִונגען בײַ דער אַרבעט. ווען איינער הייבט אָן רעדן וועגן זײַן "טײַער אייניקל", וואָלט איך אים איידל איבערגעריסן, און געזאָגט — "אַ דאַנק וואָס איר האַלט, אַז איך בין אַזאַ מציאה, אָבער מיר איז בעסער, ווען איך באַקען זיך מיט אַנדערע אָן שדכנות." אפֿשר וועט איר דאַרפֿן דאָס איבערחזרן עטלעכע מאָל, אָבער לאָזט זיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע, און מע וועט באַלד פֿאַרשטיין וואָס איר זענט אויסן. טײַערע חזנטע, איך פֿיל זיך פֿאַרלוירן צווישן צוויי וועלטן. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק אין אַ חסידישער משפּחה. פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, האָב איך גאָרנישט געוווּסט, אַחוץ דעם, אַז די דאָזיקע וועלט איז שטאַרק נישט געפֿעלן מײַנע רבנים און מלמדים. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ וווּנדערלעכער ליבלעכער משפּחה. פֿון זעקס קינדער, בין איך געווען דאָס איינציקע נישט־קלוגע. איך האָב זיך געמוטשעט אין דער ישיבֿה. די רבנים האָבן נישט געהאַט קיין רחמנות אויף מיר, און ביזן הײַנטיקן טאָג, הייבט בײַ מיר אָן שטאַרק צו קלאַפּן דאָס האַרץ פֿאַר מורא, ווען איך קוק אַרײַן אין אַ בלאַט גמרא, וואָס איך קען נאָך אַלץ נישט צעקײַען זייער גוט. ווען איך בין געווען אַכצן יאָר אַלט בין איך אַוועקגעלאָפֿן פֿון דער היים, געפֿונען אַרבעט, און אַלץ געטאָן, וואָס איך האָב נישט געטאָרט טאָן — און טאַקע אַלץ. שוין דרײַ יאָר וואָס איך האַלט נישט כּשרות, כ‘בין מחלל שבת, גיי מיטן הוילן קאָפּ און נאָך ערגער. אין האַרצן האָב איך אָבער סײַ־ווי געפֿילט, אַז איך בין יאָ פֿרום. דאָקטוירים האָבן מיך באַטראַכט און מיר געזאָגט, אַז איך לײַד פֿון דיקסלעקסיע. האָב איך אויסגעפֿונען, אַז כ‘בין יאָ קלוג; מײַן מוח איז אין אָרדענונג, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מײַנע לערערס האָבן אַזוי נישט געהאַלטן. אָבער דאָס לייענען און געדענקען אינפֿאָרמאַציע וועט מיר קיין מאָל נישט אָנקומען לײַכט. איך אַרבעט איצט ווי אַ מעכאַניקער און האָב הנאה פֿון מײַן פּרנסה. איך בין גרייט צו ווערן אַ שומר־מיצוות נאָך אַ מאָל, אָבער כ׳בין נישט זיכער, אַז איך וואָלט געקענט וווינען ווידער אין באָראָ־פּאַרק. זאָל איך בלײַבן אין מאַנהעטן אָדער זיך צוריקציִען אַהיים און ווערן צוריק פֿרום? פֿאַרבלאָנדזשעט טײַערער "פֿאַרבלאָנדזשעט", אַ ייִשר־כּוח וואָס איר האָט געפֿונען אײַער וועג אין לעבן, און פֿאַרשטאַנען אײַערע לערן־פּראָבלעמען. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר האָט אַ ביסל פֿרײַער אָפּגעאָטעמט, ווען איר האָט אויסגעפֿונען, אַז ס‘איז דאָ אַ סיבה, וואָס דאָס גמרא לערנען איז אײַך אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. איך בין זיכער, אַז אַנדערע ישיבֿות וואָלטן געקאָנט קומען צום געדאַנק, אַז מענטשן מיט פֿאַרשיידענע פֿעיִקייטן דאַרפֿן זיך לערנען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. איר זענט נישט דער איינציקער מיט לערן־פּראָבלעמען. איר זאָגט, אַז איר זענט אַ פֿאַרלוירענער צווישן צוויי וועלטן, און ווייסט נישט, צי איר זאָלט בלײַבן, אָדער צוריק גיין קיין באָראָ־פּאַרק. איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז צווישן די צוויי וועלטן זענען פֿאַראַן אַ סך וועלטעלעך. מע קען וווינען אין מאַנהעטן און בלײַבן אַ שומר־מיצוות; עס זענען דאָך פֿאַראַן אַ סך פֿרומע שילן און קהילות דאָרטן. מע קען אַרבעטן ווי אַ מעכאַניקער, אָבער נישט אַרבעטן שבת, עסן כּשר און צודעקן דעם קאָפּ. אַז מע לעבט אין דער וועלט, קען מען ווײַטער זײַן אַ שומר־מיצוות. אפֿשר זאָלט איר איצט בלײַבן אין מאַנהעטן, און אָנהייבן פֿירן אַ פֿרום לעבן, און פֿאָרן אָפֿט צו גאַסט צו אײַער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק. דערנאָך וועט איר זען, וווּ איר פֿילט זיך מער באַקוועם. זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!
* * *
|