קולטור
פֿון גאָשאַ קאָזיאָל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שאַפֿנדיק דעם מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן, האָט מען געשטרעבט, אַז די צילן זאָלן זײַן גאָר אַנדערע ווי אין די עקזיסטירנדיקע ייִדישע מוזייען אין אַנדערע לענדער. מע וויל נישט אויפֿבויען קיין נײַעם מאָנומענט פֿאַר די אומגעקומענע אין חורבן. דער צוועק איז צו ווײַזן דאָס פֿאַר־מלחמהדיקע לעבן, וואָס איז אָפּגעווישט געוואָרן און די קולטור-ירושה, וואָס איז פֿונדעסטוועגן פֿאַרגעבליבן; ווי אויך דעם נאָך־מלחמדיקן פּעריאָד ביז די לעצטע דעבאַטעס וועגן די ייִדיש-פּוילישע באַציִונגען.

דעם 6סטן מײַ האָט אין טעמפּל עמנואל אין ניו-יאָרק אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע מיט בילדער וועגן דעם מוזיי ברײַנדל (באַרבאַראַ) קירשנבלאַט-גימבלעט, וואָס קאָאָרדינירט דאָס צוגרייטן די הויפּט-עקספּאַָזיציע און איז אַ פּראָפֿעסאָרין אינעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. אין איר רעפֿעראַט האָט זי אונטערגעשטראָכן, אַז דער מוזיי וועט זײַן אויך אַ צענטער פֿאַר דערציִונג און קולטור, מיט לעקציעס, קאָנפֿערענצן און קינסטלערישע פּראָגראַמען.

דער פּראָיעקט צו שאַפֿן דעם מוזיי, וואָס איז אויפֿגעקומען אין יאָר 1997, געפֿינט זיך איצט אויפֿן שטאַפּל, ווען מע פֿירט שוין אַדורך אַ צאָל דערציִונג-פּראָגראַמען און מע דערגאַנצט די פּרטימדיקע פּראָיעקטן פֿאַר דער הויפּט-אויסשטעלונג, אין וועלכע עס זײַנען באַשעפֿטיקט די ספּעציאַליסטן פֿון דער ענגלישער פֿירמע Event Communications.

הײַיאָר, אין יוני, פּלאַנירט מען צו פֿאַרלייגן דעם פֿונדאַמענט פֿאַרן מוזיי-בנין אַנטקעגן נתן ראַפּאַפּאָרטס דענקמאָל אויפֿן שטח פֿון וואַרשעווער געטאָ.

בעתן שאַפֿן די בערך הונדערט און פֿופֿציק טעמאַטישע אויסשטעלונגען, איז די אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע פֿאָרשער, מיט קירשנבלאַט-גימבלעט בראָש, געגאַנגען מיט אַ מאָדערנעם וועג: נישט שטעלן דעם טראָפּ אויף אויטענטישע חפֿצים, נאָר אויסנוצן די מולטימעדיאַ-מיטלען, דורך וועלכע ס’ווערן איבערגעגעבן, אויף אַ דראַמאַטיזירטן אופֿן, די געשיכטע־קאַפּיטלען, צעטיילטע אויף זיבן תּקופֿות. כּדי צו דערנענטערן די באַזוכערס צום היסטאָרישן אינהאַלט, וועט מען זיך אַ סך באַניצן מיט עדות־מאַטעריאַלן פֿון יחידים. לויטן פּראָיעקט, וועלן זיי אָפֿט געהערן צו חשובֿע פּערזענלעכקייטן, אַזוי ווי אין פֿאַל פֿון דער חורבן-אויסשטעלונג, וואָס ווערט געבויט אין תּוך אויף די טאָגביכער און נאָטיצן פֿון אַדאַם טשערניאַקאָוו און עמנואל רינגעלבלום.

אין אַ סך אַנדערע פֿאַלן, אָבער, באַמיט מען זיך דווקא אַרויסצוברענגען געשטאַלטן און אַספּעקטן ווייניק באַקאַנטע, צי כּמעט פֿאַרזעענע, אין דער ייִדישער געשיכטע, ווי למשל, אַזעלכע משׂכּילים, ווי ישׂראל־אַבֿרהם שטאַפֿל, אַבֿרהם־יעקבֿ שטערן, חיים־זעליג סלאָנימסקי, וואָס זײַנען געווען אויסגעפֿינערס, קאָנסטרויִרט אַריטמעטישע און אַפֿילו אַגריקולטור-מאַשינען, געפֿאָרשט און געשאַפֿן טעאָריעס און שוין אין זייערע צײַטן זיך קונה-שם געווען בײַ דער אַלגעמיינער וועלט פֿון וויסנשאַפֿט, הגם זייער באַנעם איז געבליבן דורכויס רעליגיעז און דאָס וויסן האָבן זיי באַטראַכט ווי אַן אופֿן צו בויען אַ בריק צווישן דער ערד און דעם הימל.

ווי מע זעט אויך פֿון דער דוגמא, באַמיט מען זיך צו דערוועקן אָנערקענונג צו דעם בײַטראָג פֿון ייִדן אין דער פּוילישער קולטור און געשיכטע, און וועגן די השפּעות פֿון דער גוייִשער, דרויסנדיקער סבֿיבֿה אויפֿן ייִדישן לעבן. די ווענדפּונקטן אין דער פּוילישער געשיכטע וויל מען נישט דערמאָנען בלויז ווי אַ קאָנטעקסט, נײַערט זיי אַרײַנפֿלעכטן אין דעם דיסקורס וועגן דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דערווײַזן דערמיט דעם קאָמפּליצירטן שײַכות מיט די ביטערע און פֿינצטערע זײַטן בתוכם. די מאָדערנסטע אינטעראַקטיווע מיטלען וועלן נישט בלויז טראַנספֿאָרמירן די איבערלעבונגען, דערזען אין אַ מער לעבעדיקער, פּערזענלעך־געפֿורעמטער וויזיע; זיי וועלן אויך דערמעגלעכן צו זוכן צווישן נאָך מער טעקסטן, זיך דערגראָבן צו אַנדערע מקורים, לויט אייגענע אינטערעסן, אַנשטאָט פֿאָלגן איין באַשטימטן און באַגרענעצטן סצענאַר פֿון באַזוכן דעם מוזיי.

כאָטש די דאָזיקע אינסטיטוציע ווערט ממשותדיק פֿינאַנצירט פֿון דער פּוילישער מלוכה-קאַסע, האָבן זיך איבער דער גאַנצער וועלט געשאַפֿן קאָמיטעטן, וועלכע קלײַבן פֿאַר איר נאָך פֿאָנדן און פּאָפּולאַריזירן דעם פּראָיעקט. דער צפֿון-אַמעריקאַנער ראָט איז מין-הסתּם דער גרעסטער און עפֿעקטיווסטער צווישן זיי. אַ דאַנק אים, ווערט דער מוזיי געשטיצט דורך די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן, באַזונדער פֿאַרבונדן מיט פּוילן, די פֿילצאָליקע אָפּשטאַמלינגען פֿון פּוילישע ייִדן און שארית־הפּליטה גופֿא. "אַ כּלל, די וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אין משך פֿון די לעצטע צוויי יאָרצענדליקער איז אויפֿגעקומען אַ נײַ פּוילן — מיט מענטשן, דער עיקר, פֿונעם ייִנגערן דור — מיט נײַע השׂגות, אָנערקענונג פֿאַר דער ייִדישער קולטור און אינטערעס דערמיט" — דערקלערט מיכאל בערקאָוויטש, דער קאַסירער בײַם ראָט.

דאָס בויען דעם מוזיי האָט אָבער אַרויסגערופֿן נישט נאָר ענטוזיאַסטישע רעאַקציעס. בשעת אין פּוילן הערט מען די נעגאַטיווע קולות נאָר פֿון די אולטראַ־קאַטויליש געשטימטע קרײַזן, דריקן אויס די אַמעריקאַנער ייִדן זייערע ספֿקות לגבי די אמתדיקע כּוונות און צילן, פֿאַר וועלכע דער מוזיי זאָל דינען. פֿאַקטיש האָט דער פּראָיעקט אויך אַ פּאָליטישן באַטײַט. פֿינאַנצירט איז ער אין דער גרעסטער מאָס, מיט דער סומע פֿון 45 מיליאָן דאָלאַר, דורך דער פּוילישער רעגירונג און דער שטאָט וואַרשע, וואָס האָט, חוץ דעם, געשאָנקען דעם שטח פֿון 13 טויזנט קוואַדראַט־מעטער און אויכעט מיט דער קוואָטע פֿון פֿינף מיליאָן יוראָ דורך דער דײַטשישער רעגירונג. דערפֿאַר קען ער ווערן אַ וויכטיקער סימן פֿון פֿאַרגיטיקונג און אָנערקענונג לטובֿת דעם גרויסן קוטלורעלן בײַטראָג מצד ייִדן צו דער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. פֿון דעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען, אַז אין לאַנד, וווּ עס זײַנען געבליבן אַזוי ווייניק ייִדן, האָט זיך די גאַנצע זאַך אָנגעהויבן בלויז כּדי די פּאָליאַקן זאָלן זיך קענען אויספֿײַנען פֿאַר די וועלט־מאַכטן. ווען מע שטעלט אַרויס אַזעלכע טענות, וווּ מע קריטיקירט אַפֿילו נישט דעם פּועל-יוצא, צי דעם פּראָיעקט גופֿא, נאָר בלויז די כּוונות, אָנגענומען אויף זיכער — כאָטש אָן אַ באַווײַז — איז שווער מיט אַזאַ צוגאַנג מסכּים צו זײַן.

פֿון וואַנען עס שטאַמען אַזעלכע טענות, האָט געפּרוּווט צו דערקלערן קירשנבלאַט-גימבלעט, אָנווײַזנדיק, אַז גאָר אָפֿט קומען זיי אַרויס פֿון דעם קלינגעוודיקן ווערטל, אַז יעדער פּאָליאַק זאַפּט אײַן די שׂינאה צו ייִדן מיט דער מאַמעס מילך; אַז דאָס פֿאָלק וועט שוין קיין מאָל נישט ווערן אַנדערש אאַז’’וו. די־אָ מיינונגען גייען צוזאַמען מיטן דוחק צו וויסן וועגן דעם הײַנטיקן פּוילן בכלל און אַפֿילו נישט וועלן זיך צו דערוויסן עפּעס וועגן דעם מוזיי בפֿרט — באַטאָנט קירשנבלאַט-גימבלעט. בלויז צו לייענען די אינפֿאָרמאַציעס פֿונעם אָפֿיציעלן וועבזײַטל, וואָלט שוין אַרויסגעוויזן, אַז בײַם פּראָיעקטירן די שטענדיקע אויסשטעלונג אַרבעטן צוזאַמען מיט אַ צאָל אויסלענדישע מומחים פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿון איין זײַט, און די פּוילישע אָנערקענטע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער געשיכטע, פֿון דער צווייטער זײַט.

ווען עס זײַנען דאָ רײַבונגען צווישן די מיטאַרבעטער פֿון דעם מוזיי, ספּעציעל די פּוילישע אָנגעשטעלטע, און דעם צפֿון-אַמעריקאַנער ראָט, זײַנען זיי פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיט געוויסע קולטורעלע אונטערשיידן און אַנדערע סטאַנדאַרטן לגבי דעם ווי אַזוי צו ברענגען דעם מוזיי אַ נאָמען, ווי אַזוי צו שרײַבן בראָשורן, זאַמלען געלט און וויסן ווי אָפּצושאַצן די שטיצערס. לאָמיר האָפֿן, אַז די צאָלן צוקונפֿטיקע באַזוכערס, סײַ פּאָליאַקן סײַ די וואָס האַלטן זיך, ווי בערקאָוויטש, פֿאַר פּוילישע ייִדן, וועלן באַשטעטיקן אויף וויפֿל דאָס באַוווּסטזײַן וועגן דער בשותּפֿותדיקער געשיכטע אין דעם זעלבן לאַנד נייטיקט זיך אין אַזאַ מוזיי.