געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור

פֿאַריאָמערט, פֿאַרקלאָגט
פֿון זײַן היים פֿאַריאָגט,
פֿאַר זײַנע גרויסע זינד.
בלאָנדזשעט אַרום, אַזוי אומעטום —
פֿון גאָט דאָס פֿאַרשאָלטענע קינד.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען

דער אימאַזש פֿונעם גלות־ייִד וואָס וואַנדערט נע־ונד, אָן אַ היים, אָן אַ מקום־מיקלט, איז טיף אײַנגעבאַקן אינעם ייִדישן פֿאָלק־זכּרון. פֿאַר וואָס קומט אונדז אַזאַ וואַנדערונג אָן אויפֿהער? וואָס פֿאַר אַן עוולה זענען מיר באַגאַנגען? נישטאָ נאָר איין ענטפֿער אויף דעם אין דער ייִדישער טראַדיציע — פֿון אַ קבליסטישן אויסטײַטש ביז אַ חסידישן פּירוש, אין וועלכן דאָס וואַנדערן פֿונעם ייִד איז דווקא גוט פֿאַר דער וועלט און דערפֿירט צו אַ תּיקון. דער געדאַנק פֿון אַ וואַנדערנדיקן ייִד איז אַן אַלטער בײַ אונדז; אָבער ער איז אויך אַן אַלטער בײַ די קריסטן. דווקא מיטן קריסטלעכן פֿאָלקלאָר פֿון דער פֿיגור וועלן מיר אָנהייבן די סעריע פֿון ייִדישע לעגענדעס.

אָבער, קודם־כּל, לאָמיר אָפּטרעטן פֿון דער טעמע, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם טערמין "לעגענדע", ווי ער ווערט דאָ געניצט. צווישן די פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון נאַראַטיוון פֿאָלקלאָר האָט מען דרײַ גרויסע קאַטעגאָריעס, וואָס נעמען אַרײַן אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר, דהײַנו: מיטאָס, לעגענדע און פֿאָלקס־מעשׂה. אַ מיטאָס איז אַ מעשׂה, וואָס דער דערציילער און צוהערער גלייבן אין די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען מיט טויזנטער יאָרן צוריק, און געבן צו פֿאַרשטיין דעם סדר און מצבֿ פֿון דער וועלט און קאָסמאָס. פֿון אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוקווינקל, למשל, זענען די מעשׂיות פֿון אָדם־הראשון, און נחס תּיבֿה — מיטאָסן. פֿאָלקס־מעשׂיות, להיפּוך, ווערן דערציילט ווי נישט־אמתע נאַראַטיוון וועגן מענטשן, וואָס האָבן קיין מאָל נישט עקזיסטירט. געוויינטלעך, האָבן זיי אַפֿילו נישט קיין נעמען — דער פּרינץ, דער בער, דער האָלץ־העקער, וכּדומה.

לעגענדעס זענען מעשׂיות, אין וועלכע עס גלייבן סײַ דער דערציילער און סײַ דער עולם; וועגן מענטשן, וואָס מע האַלט, האָבן טאַקע אַמאָל געלעבט, נישט מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָר צען, הונדערט אָדער הונדערטער יאָרן צוריק. מיר וועלן לייענען אין די ווײַטערדיקע אַרטיקלען פֿון דער רובריק, אַנדערע מינים ייִדישע לעגענדעס — לאוו־דווקא וועגן מענטשן, נאָר וועגן ערטער אין שטעטל: דער ברונעם, דער מויער, די שיל. יעדע משפּחה האָט אויך אירע אייגענע לעגענדעס, וואָס מע דערציילט וועגן עלטער־זיידעס און באָבעס, לאַנגע נסיעות אאַ״וו. אין דער ייִדישער טראַדיציע האָבן די לעגענדעס וועגן צדיקים, רבנים און אַנדערע גרויסע פּערזענלעכקייטן, נישט נאָר פֿאַרווײַלט דעם עולם, נאָר אויך אַרויסגעהויבן ייִדישע מידות וואָס זאָלן דינען ווי אַ מוסטער פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק.

לאָמיר אָבער צוריקגיין צו דער לעגענדע פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד, וואָס האָט געהאַט ייִדישע און קריסטלעכע וואַריאַנטן. דער קריסטלעכער נוסח איז געווען צווישן די פּאָפּולערסטע לעגענדעס אינעם מיטל־אַלטער און עס דערציילט זיך, בקיצור, אַזוי: ווען מע האָט געפֿירט יעזוסן דורך די גאַסן פֿון ירושלים צו זײַן טויט, האָט ער געוואָלט זיך אָפּרוען אויף די טרעפּ פֿון אַ ייִד, אַחשוור. אָבער דער ייִד האָט אים נישט געלאָזט רוען, האָט יעזוס אים אַזוי געשאָלטן: "גוט, איך קען זיך נישט אָפּרוען, און איר וועט אויך זיך קיין מאָל נישט קענען אָפּרוען, נאָר וואַנדערן איבער דער וועלט ביז איך קום צוריק". און דער ייִד האָט אָנגעהויבן זײַנע וואַנדערונגען אין אַלע לענדער.

די קריסטלעכע לעגענדע פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד איז אויך צעשפּאָלטן געוואָרן אויף צוויי טראַדיציעס — איינע האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף די וואַנדערונגען פֿונעם ייִד, די אַנדערע האָט באַטאָנט די אייביקייט פֿונעם פֿאַרשאָלטענעם ייִד. אין דעם פֿאַל איז דאָס אייביקע לעבן נישט געווען קיין ברכה, נאָר אַ קללה. במשך פֿון די הונדערטער יאָרן האָבן די קריסטן אין אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער געשוווירן, אַז זיי האָבן געזען דעם וואַנדערנדיקן ייִד פֿאַרבײַגיין מיט זײַן לאַנגער באָרד און וואַנדערשטאָק אין האַנט. דער "ייִוואָ"־פֿאָרשער רודאָלף גלאַנץ האָט דורכגעבלעטערט די אַלטע אַמעריקאַנער צײַטונגען און געפֿונען צענדליקער אַרטיקלען פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וווּ די אָרטיקע באַפֿעלקערונג האָט ממש געזען דעם וואַנדערנדיקן ייִד אין זייער געגנט:

"...אַ סימפּאַטישער נאַיִווער דײַטשער פֿאַרמער, וועלכער וווינט אין קאַמבריע קאַונטי, פּענסילווייניע, האָט מיר מיט אַ פּאָר יאָר צוריק דערציילט אין ערנסט, אַז ער האָט אים געזען אײַלנדיק פֿאַרבײַ זײַן פֿאַרם. און אַזוי ווי יענער לאַנג־נעזיקער, גרוי־בערדיקער וואַנדערער האָט נישט געטראָגן קיין טאָרבע אויף די פּלייצעס, און נישט געפּעדלט קיין סטענגעס און שיך־שנירלעך, איז ער אַפּנים געווען דער אַלטער, אמתער אַחשוור".

אינעם שטאַט יוטאַ, וווּ די מאָרמאָנען וווינען, האָט מען אויך אָפּגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם "גאַסט" בײַ זיי אויף די גאַסן:

"אַ סענסאַציע האָט זיך געשאַפֿן אויף דער וויליאַם־גאַס דאָנערשטיק צוליב אַ מאַן מיט אַ פֿליסנדיקער באָרד אין לויזע הויזן און אַ טורבאַן אויפֿן קאָפּ. אין זײַן האַנט האָט ער געהאַלטן אַן אַלטן העברעיִשן ספֿר און פֿון דעם פֿאָרגעלייענט פֿאַרן עולם וואָס האָט אים אַרומגערינגלט. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי דער וואַנדערנדיקער ייִד. קיינער האָט נישט געוווּסט ווער ער איז און פֿון וואַנען ער איז געקומען. מע האָט געבעטן צו ברענגען אַ געלערנטן רבֿ, ער זאָל רעדן מיט אים, און זיי האָבן ביידע גערעדט אויף העברעיִש, און דער פֿרעמדער האָט פּערפֿעקט געקענט די שפּראַך. דער רבֿ האָט אים פֿאַרהערט, צי ער קען די אַראַבישע, פֿאָניקישע און סאַנסריקטע שפּראַכן, און האָט באַלד געזען, אַז דער פֿרעמדער קען די לשונות אַ סך בעסער ווי ער" (1856). גלאַנץ האָט נישט בלויז געפֿונען אַזוינע אַנעקדאָטן, נאָר אויך אַ שלל מיט מאַטעריאַל אין אַמעריקאַנער לידער, גראַמען און אויסדרוקן וואָס דערמאָנען דעם פֿאַרשאָלטענעם ייִד.

אין זייער בוך The Wandering Jew, אַרויס אין 1986, האָבן די צוויי פֿאָלקלאָריסטן, גלית חזן־רוקם און אַלען דאָנדעס צונויפֿגעבראַכט עסייען וועגן דעם וואַנדערנדיקן ייִד פֿון פֿאַרשיידענע פּערספּעקטיוון — היסטאָריש, מיטאָלאָגיש, פּסיכאָלאָגיש און פֿאָלקלאָריסטיש. די רעדאַקטאָרן האָבן געפֿונען זעלטענע טעקסטן, צווישן זיי — אַ בריוו פֿון אַ פֿראַנציסקאַנער מאָנאַך אין ירושלים אינעם מיטל־אַלטער, אין וועלכן ער באַקלאָגט זיך צו זײַנע באַלעבאַטים אין וואַטיקאַן, אַז די אַלע קריסטלעכע טוריסטן וואָס קומען קיין ירושלים, ווילן אים נאָר דרייען אַ ספּאָדעק, און זען די טרעפּ וווּ אַחשוור, דער וואַנדערנדיקער ייִד, האָט אַוועקגעטריבן יעזוסן...

(המשך קומט)