פּובליציסטיק

איך און מײַן פֿרײַנדינע ליליען, שפּאַצירן מיר יעדן אין דער פֿרי אין די פּאַרקן, צוליב דעם וואָס מען רעדט אונדז אײַן אַ קינד אין בויך, אַז דאָס גיין איז גוט פֿאַר אונדזער געזונט. און ווער וויל דאָס נישט זײַן געזונט? כאַפּט מען דעם שפּאַציר אין די דערבײַיִקע פּאַרקן, גאַסן און געסלעך, און אַז מען קערט זיך אום אַהיים, זײַנען מיר פֿול מיט ענערגיע. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם וואָס מיר האָבן צופֿרידן געשטעלט די מעדיקער. יעדן צו פֿרי באַגעגענען מיר אין פּאַרק אַן אַלטע פֿרוי מיט אַ קליין הינטעלע. זי טראָגט אַ שעפּסן היטעלע און אַ טונקל וואַטענעם מאַנטל. און דערצו הערט זי נישט אויף צו שמייכלען. מיר באַגריסן זיך מיט איר העפֿלעך. זי שמייכלט וואַרעם צוריק, אָבער ענטפֿערט קיין מאָל נישט אויף אונדזער “גוד־מאָרנינג." זאָג איך צו מײַן פֿרײַנדינע:

“קוק זיך אײַן אין דער אַלטערס פּנים. איר מויל איז פֿול מיט גאָלדענע ציין און דערצו אַ סלאַווישן אויסזען. זי מוז זײַן אָדער אַ רוסישע באַבקע, אַן אוקראַיִנישע פּויערטע אָדער אַ פּאָליאַטשקע. זי ענטפֿערט אונדז נישט אויף אונדזער גוט־מאָרגן. אַ סימן, זי קען נישט קיין ענגליש. לאָמיר זי אָקאָרשט אָפּשטעלן און פֿרעגן פֿון וואַנען זי שטאַמט. רוסיש קענען מיר דאָך."

און אַזוי איז געווען. איין פֿרימאָרגן האָבן מיר זי אָפּגעשטעלט און גענומען רעדן צו איר אויף רוסיש. זי האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט, אָבער זי האָט אונדז פֿאַרזיכערט אַז זי איז נישט קיין אוקראַיִנקע, נאָר אַ רוסישע פֿון לענינגראַד. דאָ אין אַמעריקע, וווינט זי צוזאַמען מיט איר טאָכטער און איידעם אין איינעם פֿון די אַרומיקע הײַזער. די טאָכטער, זאָגט זי אונדז, איז אַן אַדוואָקאַטקע און דער איידעם אויך. קיין קינדער האָבן זיי נישט. בלויז דאָס הינטל. זיצט זי אין דער היים טאָג און נאַכט און ס׳איז איר פּריקרע אויפֿן האַרצן און זייער לאַנגווײַליק. זי פֿאַרטרויט זיך פֿאַר אונדז, אַז איר געפֿעלט נישט אַמעריקע. זי בענקט אַהיים. דאָרט האָט זי אויך קינדער און אייניקלעך, שכנים און אַ לעבן. פֿאָרט זי זיך איבער אַ פּאָר מאָל אין יאָר אַהין, און קומט צוריק ווען זי פֿאַרבענקט זיך נאָך דער טאָכטער דאָ. פֿרעג איך זי:

“און וווּ איז אײַער מאַן?"

אין זינען האָב איך געהאַט אַז אויב זי איז אין די אַכציקער, און זי האָט קינדער, האָט זי דאָך געמוזט האָבן אַ מאַן, און אויב ער איז געווען אַן אוקראַיִנער, ווי מײַן חשד האָט מיר דיקטירט, איז ווער ווייסט וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אין צײַט פֿון דער מלחמה. אפֿשר האָט ער צוגעלייגט אַ האַנט צו אונדזער אומקום אין אוקראַיִנע.

“אָ... — זאָגט זי — דער ערשטער מאַן מײַנער איז דווקא געווען אַ ייִד. אַ כיטרער יעווריי."

אַ מזל, זי האָט נישט געזאָגט “זשיד," וואָס ס׳האָט זיך שיעור נישט אַרויסגעגליטשט פֿון אירע ליפּן.

“מיט וואָס איז ער געווען אַ כיטרער יעווריי?" — האָב איך געוואָלט וויסן. אין האַרצן האָט זיך שוין בײַ מיר גענומען קאָכן און בורזשען.

“נו, ער האָט געהאַנדלט און נישט גענוג אַהיים געברענגט. געלט האָט ער געהאַט, נאָר געזען דערפֿון האָב איך ווייניק."

מיט אַ מאָל האָט זי זיך געכאַפּט, אַז אפֿשר רעדט זי דאָ גאָר צו צוויי ייִדישע פֿרויען. האָט זי זיך שנעל באַטראַכט און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט איר מויל־מלאָכה:

“דער צווייטער מאַן מײַנער איז שוין נישט געווען קיין יעווריי. ער איז געווען אַן אוקראַיִנער, און אויך נישט גוט פֿאַרדינט."

דאָס האָט זי שוין צוגעגעבן כּדי לינד צו מאַכן דעם ערשטן קלאַפּ. די צרה איז געווען וואָס ס’איז שוין געווען צו שפּעט. גיי ווייס אַז ס’טליִעט נאָך אַ ווערצעלע פֿון שׂינאת־ישׂראל אין דער אַלטער. זי האָט אונדז איבערגעלאָזט אַ ביטערן טעם אין מויל.

ווען מיר האָבן זי פֿאַרלאָזט, האָט מען גענומען ספּעקולירן מיט געדאַנקען דווקא, וואָס שטעקט אין דער באַבקע? אָט שפּאַצירט זי דאָ אַרום, אין אַ ייִדישער געגנט. אַ סך גבֿירישע ייִדן, אויסצושטעכן די אויגן. וואָס טראַכט זי? ווייסט זי כאָטש וואָס די אוקראַיִנער האָבן אָפּגעטאָן אין צײַט פֿונעם חורבן? האָט זי געהערט פֿון באַבי־יאַר? מסתּמא נישט. איז אַוועק אַ שמועס וועגן די אוקראַיִנער און זייער ראָלע אין אונדזער אומגליק. און נישט נאָר אוקראַיִנער, נאָר די פּאָליאַקן, די ליטווינער און כּמעט אַלע, אַלע האָבן געהאַט אַ האַנט אין אונדזער אומקום. אָבער, אַזוי ווי ס’איז פֿאַרשוויגן געוואָרן דער אומקום פֿון די אַרמענער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וווּ די טערקן ווילן בכלל נישט אָנערקענען וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן; עס ווערט פֿאַרשוויגן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. אַזוי ווערט פֿאַרשוויגן אונדזער שחיטה. מען וואַרט עס זאָל זיך אײַנשטילן און פֿאַרגעסן ווערן דאָס אַכזריות פֿון יענע פֿעלקער וואָס לעבן אַ גוטן טאָג אָן אַ געוויסן.

דאָ אין אַמעריקע הערט מען נישט פֿון אַזעלכע אויסבראָכן קעגן ייִדן. אַ חוץ “קראַון־הײַטס," וווּ אונדזער אַמאָליקער מעיאָר דינקין האָט נישט רעאַגירט אויפֿן אינצידענט ביז ס’איז געוואָרן צו שפּעט. דאָס לאָזט אונדז וויסן, אַז דער המון איז ווילד, און איז אַלע מאָל גרייט אָנצופֿאַלן. מען דאַרף אים נאָר אַ שטויס טאָן אין יענער ריכטונג. ביז אַהער ווייסן מיר, אַז אויב די רעגירונג, די קירכע אָדער די צעיושעטע גאַס ווערט אָנגערייצט, זאָל גאָט אָפּהיטן. דאַרפֿן מיר בעטן אויף אַ גוטער עקאָנאָמיע, ווײַל אַנישט זײַנען מיר פֿאַרפֿאַלן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אַמעריקאַנער ייִד גיט זיך נישט אָפּ קיין דין־וחשבון. זיי הייבן נישט אָן צו וויסן וואָס ס’קען פֿירן צו אַ קאַטאַסטראָפֿע — און איך רעד דאָ וועגן אַ ייִדישער קאַטאַסטראָפֿע. זיכער געפֿינען מיר האַקנקרייצן דאָ און דאָרט אויף די ווענט פֿון אַ שיל, אויף אַ קבֿר, און אַמאָל אויף אַ בנין פֿון אַ ייִדישער קהילה. דאָס גיט אונדז צו וויסן, אַז מיר זײַנען נישט אויסגעהיט פֿון אַזאַ מגפֿה, און ווען מ’דעמאָסטרירט קעגן ישׂראל, איז עס אין דער אמתן קעגן ייִדן. בײַ אונדז, אויפֿן קאַמפּוס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, פֿירט מען אַדורך דעמאָנסטראַציעס קעגן ישׂראל יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק. דאָס רובֿ זײַנען דאָס אַראַבישע סטודענטן און די אַמעריקאַנער וואָס זײַנען אַריבער צום איסלאַם. זעט מען די מיידלעך אײַנגעוויקלט די קעפּ אין פֿאַטשיילעס, טראָגן זיך אַרום מיט טראַנספּאַראַנטן וואָס מאַניפּולירן מיט גיפֿט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע סטודענטן לאָזן זיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע. זיי לאָזן זיך אַרויס אויפֿן קאַמפּוס מיט געוואַלדן און געשרייען, ביז די דעמאָנסטראַציעס שטילן זיך אײַן. בכלל איז דער קאַמפּוס אַן אָרט וווּ מען לאָזט וויסן דער וועלט וועגן זייער אומצופֿרידנקייט, סײַ מיטן יושר וואָס מען זוכט ווי מיט ליכט, סײַ מיט דער רעגירונג און אַ סך מאָל מיט די אָנגעשטעלטע פּראָפֿעסאָרן. די הײַנטיקע פּראָפֿעסאָרן בכלל האַלטן פֿון “צאָ נאַ לינגאַ טאָ נאַ צינגאַ," וואָס דאָס מיינט: וואָס אויף דער לונג דאָס אויף דער צונג. אויב זיי זײַנען לינק געשטימט, איז הײַדאַ, מ’וואַרפֿט פּעך־און־שוועבל אויף אַנדערע אידעאָלאָגיעס און דער עיקר אויף ישׂראל. אויב מען איז רעכט געשטימט, איז דאָס אייגענע. אַלץ טויג נישט אַ חוץ די אייגענע איבערצײַגונגען. אויב מען איז אַ ליבעראַל, שטעלט מען זיך אַוועק פּרעדיקן אויף די טרעפּלעך פֿון דער ביבליאָטעק. חבֿרה הערט זיך צו און ווערט מיטגעריסן, גרייט צו גיין אויף די באַריקאַדעס.

מיר ווייסן פֿון דער געשיכטע, אַז קיין איין רעוואָלוציע האָט נישט אײַנגעפֿירט קיין אָרדענונג און יושר — נישט די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע, נישט די רוסישע. פֿאַרקערט, ס’האָבן זיך צוגעכאַפּט צו די הויכע פּאָזיציעס ברוטאַלע יחידים און ווידער אַ מאָל פֿאַרשקלאַפֿט דאָס פֿאָלק. אַ חוץ איין רעוואָלוציע וואָס איז כּדאַי צו דערמאָנען, און דאָס איז געווען די אַמעריקאַנער רעוואָלוציע. און כאָטש זי האָט אײַנגעפֿירט דעמאָקראַטיע, איז עס נישט געווען פֿאַר אַלע גלײַך. און אַזוי ווי די אַמעריקע ליגט נאָך אין די וויקעלעך, האָט עס שוין אַ סך אויפֿגעטאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’האָט גענומען יאָרן ביז מען האָט באַפֿרײַט די נעגער פֿון שקלאַפֿערײַ און פֿרויען האָבן באַקומען שטימרעכט ערשט אין די צוואַנציקער יאָרן. גייט מען פֿאָרויס אַ פּאָר טריט און צוריק אַ טראָט. אַלץ בהדרגהדיק. אונדזער ייִדישער מזל איז דאָס, וואָס מען האַסט דאָ אַנדערע פֿעלקער מער ווי אונדז. אַמאָל זײַנען דאָס געווען די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, די אינדיאַנער און הײַנט זײַנען דאָס די מעקסיקאַנער. און ווי איר זעט אויף דער טעלעוויזיע, אַז אַ פּאָר נײַעס־קאָמענטאַטאָרן — ווי לו דאַבס אויף סי־ען־ען — דאַרפֿן בלויז אָנצינדן אַ שוועבעלע, אַז די מעקסיקאַנער פֿאַרנעמען די שטעלעס פֿון אונדזערע בירגער וואָס פֿאַרלירן כּסדר די שטעלעס, אַזוי בושעוועט מען קעגן זיי. איך מיין, אַז מיר, ייִדן, זײַנען אויפֿן פֿינפֿטן אָרט פֿון זײַן די קרבנות פֿון אַן אַנטיסעמיטישער כוואַליע. אונדזער מזל, זאָל עס אונדז נאָר נישט פֿאַרשטערט ווערן. אָבער ווי האָבן אַמאָל געזאָגט די כעלעמער, ווען זיי האָבן געעפֿנט דאָס פֿעסעלע מיט יושר וואָס זיי האָבן אײַנגעקויפֿט אין וואַרשע: “דער יושר שטינקט."

זעט אויס, דער יושר איז געלעגן אין אַ פֿעסל וווּ מען האָט געווייקט הערינג. ווי עס זאָל נישט זײַן, מיר ייִדן זײַנען אַלע מאָל אויף דער וואַך, און אונדזער שרעק איז געצילט הײַנט אויף ארץ־ישׂראל. איז ווי זאָגט מען, מ’עט שוין מוזן ווי נישט איז זיך דערוואַרטן אויף משיחס צײַטן. אָמן!