פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג געהערט ווי אַ לאָנדאָנער געשעפֿטסמאַן האָט דערציילט וועגן זײַנע פֿרילינג-וואַקאַציעס אין יאָרדאַניע. קודם-כּל, האָט ער זיך געקלאָגט אויף דעם נידעריקן ניוואָ פֿון דעם האָטעל בײַם רויטן ים. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַפֿילו אומגעקערט אַ היפּש ביסל געלט, ווײַל די רעאַלקייט האָט ניט אָפּגעשפּיגלט דעם פּירסום. מיר איז אויסגעקומען צו הערן אויך באַגײַסטערטע אָפּרופֿן מכּוח יאָרדאַניע, וווּ מע אַנטוויקלט די טוריסטישע אינדוסטריע.

איך וואָלט, אַ פּנים, ניט געפֿאָרן קיין יאָרדאַניע כּדי פֿאַרברענגען דאָרטן עפּעס אַ צײַט בײַם ים. אָבער דאָס וואָרט “יאָרדאַניע" אַסאָציִיִרט זיך ניט בײַ מיר מיט “עקסטרעמען טוריזם". אין מײַנע אויערן קלינגט עס ווייניקער “עקסטרעם" ווי, למשל, אַ רײַזע קיין מצרים. כ׳מיין, אַז אַזאַ רעלאַטיוו רויִק בילד פֿון אַ לאַנד האָט געשאַפֿן די מעדיאַ און, דער עיקר, דער אימאַזש פֿון דעם יאָרדאַנישן קעניג אַבדולאַה.

פֿון דעם פֿאָטערס צד איז דער 47־יאָריקער מלך אַבדולאַה דער צווייטער פֿול מיט ייִחוס — דער 43סטער דור פֿון מאָהאַמעדס קינדס־קינדער. אָבער די מוטער איז בײַ אים אַן ענגלישע, און זײַן בילדונג האָט ער באַקומען אין ענגלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגליש רעדט ער ווי אַ מוטער-שפּראַך. אין פֿעברואַר 1999 האָט ער פֿאַרנומען דעם טראָן נאָך זײַן פֿאָטערס טויט, און גאָר ניט אַלע יאָרדאַניער זײַנען געווען צופֿרידן מיט אַזאַ האַלב-אַראַבישן קעניג. אָבער דאָס לעבן אינעם לאַנד האָט זיך פֿאַר אָט דעם יאָרצענדליק פֿאַרבעסערט, געוואָרן מער ליבעראַל, און מע האָט זיך צוגעוווינט צו אים.

דער פֿריִערדיקער קעניג, חוסיין, האָט אין 1994 אונטערגעשריבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל. קיין הייסע ליבע האָט זיך צווישן די לענדער ניט צעברענט, אָבער ס׳איז געווען און בלײַבט אַ געוואַלדיקער טריט פֿאָרויס פֿון דעם דיפּלאָמאַטישן טעמפּן ווינקל, וואָס איז שוין זייער לאַנג כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דעם טייל פֿון דער וועלט. דער קעניג אַבדולאַה טענהט, און ער האָט עס לעצטנס איבערגעחזרט אין זײַן אינטערוויו מיט דער לאָנדאָנער צײַטונג “טײַמס", אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו שאַפֿן אַ שלום-קלימאַט אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די אַראַבישע לענדער. אַנדערש, האַלט ער, וועט אין אַ יאָר צי אָנדערטהאַלבן אַרום זײַן אַ נײַע מלחמה.

דערווײַל פּרוּווט יאָרדאַניע צו געפֿינען אַן אויסוועג פֿון דער אָרעמקייט פֿון דער אייגענער באַפֿעלקערונג, וועלכע האַלט אין איין וואַקסן. איצט האָט דאָס לאַנד זעקס מיליאָן אײַנוווינער — פֿיר מאָל מער ווי מיט אַ דור פֿריִער. דערצו זײַנען אָנגעקומען אַ סך פּליטים פֿון איראַק. יאָרדאַניע האָט ניט קיין נאַפֿט און מוז עס אימפּאָרטירן פֿון איראַק. עס האַלט זייער שמאָל מיט וואַסער, וואָס איז, בכלל, אַן אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם אין יענע מקומות.

ס׳איז אויך ניט קלאָר, ווי אַזוי דער עקאָנאָמישער קריזיס וועט בײַטן דעם מצבֿ אין יאָרדאַניע. איבער 20 פּראָצענט פֿון דער עקאָנאָמיע איז אָפּהענגיק פֿונעם געלט, צוגעשיקט מצד די לײַט וואָס אַרבעטן אין אויסלאַנד, דער עיקר אין די לענדער פֿונעם אַראַבישן אײַנגאָס, וווּ עס געפֿינט זיך איצט יעדער צענטער בירגער פֿון יאָרדאַניע. מע דערוואַרט אַ היפּשע מיגראַציע צוריק אַהיים פֿון די יאָרדאַניער, וואָס פֿאַרלירן די אַרבעט אין אויסלאַנד. צײַטווײַליק קען עס זײַן גוט פֿאַר דער עקאָנאָמיע, ווײַל מענטשן וועלן קומען מיט געלט. אָבער זיי וועלן זיך סוף-כּל-סוף נייטיקן אין אַרבעט.

די סגולה פֿאַר אַ סך פֿון אָט די פּראָבלעמען איז הײַנט קאָנצענטרירט אין דעם וואָרט “אוראַניום", וואָס מע האָט געפֿונען אין דער יאָרדאַנישער ערד. שוין אַ פּאָר יאָר רעדט דער קעניג אַבדולאַה וועגן זײַנע פּלענער אַרום אוראַניום, אָבער נאָר איצט האָט עס באַקומען קלאָרע קאָנטורן. אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן וועלן ברענגען אינוועסטיציעס און עקספּערטיז. מע פּלאַנירט אויסבויען אין זעקס יאָר אַרום אַ נוקלעאַרע סטאַנציע און אין דער פּערספּעקטיוו ניט בלויז מאַכן דאָס לאַנד ווייניקער אָפּהענגיק פֿון אימפּאָרטירטן נאַפֿט, נאָר אויך אָנהייבן עקספּאָרטירן עלעקטריע אין שכנותדיקע לענדער. אַנאַליטיקער האַלטן, אַז די אַנטוויקלונג פֿון נוקלעאַרער ענערגיע האָט אויך אַ פּאָליטישע דימענסיע. יאָרדאַניע געהערט צו דער גרופּע אַראַבישע לענדער, וואָס זײַנען ניט צופֿרידן מיט דער פּערספּעקטיוו פֿון האָבן אַזאַ נוקלעאַר-באַזאָרגטן שכן ווי איראַן.

דער גרעסטער פֿון די יאָרדאַנישע עקאָנאָמישע פּראָיעקטן מוז פֿאַרבונדן — דורך אַ קאַנאַל, טונעלן און אַ רערן-ליניע — דעם רויטן ים מיטן ים-המלח. דאָס דאַרף ראַטעווען דעם ים-המלח, וואָס ווערט אַלץ קלענער. גלײַכצײַטיק וועט עס געבן אַ מעגלעכקייט אויסצובויען אַ ריזיקע הידראָ-עלעקטראָ-סטאַנציע און נוצן די ענערגיע פֿאַר דעסאַלינירן וואַסער. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט מען אין משך פֿון יאָרן אַרומגערעדט מיט ישׂראל, אָבער די פֿאַרהאַנדלונגען זײַנען די גאַנצע צײַט געווען ענג פֿאַרבונדן מיט כּלערליי פּאָליטישע מניעות. האָט דער יאָרדאַנישער צד באַשלאָסן צו אַנטוויקלען דעם פּראָיעקט אָן ישׂראל, צו רעאַליזירן עס אין משך פֿון די קומענדיקע צוואַנציק יאָר. ס׳איז וויכטיק, אַז אין דעם פֿאַל וועלן צוניץ קומען די אַרבעטער, וואָס דער קריזיס וועט צוריק ברענגען פֿון אויסלאַנד.

די צײַט וועט ווײַזן, וועלכע פֿון אָט די אַלע פּראָיעקטן וועלן מקוים ווערן און ווי אַזוי וועלן זיי טראַנספֿאָרמירן דאָס לאַנד. אָבער ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז יאָרדאַניע קען ווערן אַ מאָדעל פֿאַר אייניקע לענדער, בפֿרט פֿון דעם אַראַבישן אײַנגאָס.