- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך די צוויי פֿריִערדיקע געסט פֿון מיטעלן מיזרח — דעם פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע מאַכמוד אַבאַס און דעם פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל — איז מאָנטיק אָנגעקומען קיין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. עס זײַנען געווען פֿאַרשידענע צײַטן צווישן מאָסקווע און ירושלים — פֿון דער סאָוועטישער איניציאַטיוו צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל צוויי אומאָפּהענגיקע מדינות — אַ ייִדישע און אַראַבישע — ביז פֿײַנטלעך־צעשטערערישע. און ווידער איז די פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס" געווען די פֿאַרגאַנגענע וואָך האַרציק אויפֿגענומען אין מאָסקווע. דאָס איז שוין דער דריטער וויזיט, אָפּגעשטאַט אין רוסלאַנד, זינט 2007, נאָך דעם ווי די טעראָריסטישע באַוועגונג האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עזה און דערמיט, פֿאַקטיש צעשפּאָלטן די אָנערקענטע אויטאָנאָמיע אויף צוויי טיילן. אין איין טייל, קאָמאַנדעוועט "כאַמאַס", וואָס די פֿירערשאַפֿט זיצט אויף קעסט אין סיריע; און אין דעם צווייטן טייל, מיטן צענטער אין ראַמאַלאַ, באַלעבאַטעוועט די פּאָליטישע אַדמיניסטראַציע פֿון "פֿאַטאַך", אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס. דער ביטערער זאָג, אַז אויף אַ ייִד זעט מען באַלד, האָט אין אונדזער צײַט באַקומען זײַן גילגול אינעם מויל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, דהײַנו: אויף ישׂראל זעט מען באַלד. ווי אַ ביטערע פּיל, וואָס אי זי היילט נישט, אי זי מאַכט נישט גרינגער, איז געבליבן דער אַזוי גערופֿענער "גאָלדסטאָן־באַריכט" — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג אויף די געשעענישן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ". אַ דאָקומענט, וואָס ס'איז שווער אים אָנצורופֿן אַן אָביעקטיווער, הגם דווקא אַזאַ וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן. דעם 27סטן יאַנואַר, לויטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", ווערט אָפּגעמערקט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־טאָג פֿון די אומגעקומענע בעתן חורבן. ווי מיר געדענקען, האָט דער דאָזיקער באַשלוס אַרויסגערופֿן אַ סך וויכּוחים, קודם־כּל, מצד ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות. צי ווערט טאַקע דער טאָג אָפּגעמערקט איבער דער וועלט אַזוי, ווי עס שטייט אין די תּקנות פֿון דעם "יו־ען"־באַשלוס, איז טאַקע אַ פֿראַגע פֿאַר זיך. איין זאַך איז קלאָר: דער פֿאַרגאַנגענער מאָנטיק וועט זיך פֿאַרגעדענקען אין דײַטשלאַנד, ווי אַ טריומף פֿאַר דער ישׂראל־דײַטשישער פֿרײַנדשאַפֿט. צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 60 יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון די צוויי מיניסטאָרן־קאַבינעטן אין שפּיץ מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל און דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. דעם 17טן יאַנואַר גייט אוקראַיִנע אויסוויילן איר נײַעם פּרעזידענט. און ס'איז דאָ פֿון וועמען — 18 קאַנדידאַטן, צווישן וועלכע ס׳איז אויך דער איצטיקער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. ווי עס שאַצן אָפּ די סאָציאָלאָגן, וועט זיך מיט איין רונדע נישט באַגיין, אָבער מער שאַנסן צו קומען צו דער צווייטער רונדע זײַנען בײַם לידער פֿון דער אָפּאָזיציע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער (מיניסטאָרין) יוליאַ טימאָשענקאָ. די צײַט פֿליט: עס האָבן זיך פֿאַרענדיקט די נול-יאָרן און מיר זײַנען שוין אַרײַן אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון איצטיקן יאָרהונדערט. מע קען ניט זאָגן, אַז דער אָנהייב האָט זיך באַקומען אַ פֿריילעכער. דער פּרוּוו פֿונעם אַפֿריקאַנער יונגערמאַן אויפֿצורײַסן דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג פֿון אַמסטערדאַם קיין דעטרויט האָט פֿאַקטיש געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט אין דער אין-סופֿיקער מלחמה מיט טעראָריזם: הגם דער טעראָריסט שטאַמט פֿון ניגעריע (און דווקא פֿון אַ רײַכער משפּחה), געפֿינט זיך דער נײַער פֿראָנט אין תּימן. דער מצבֿ אין איראַן ווערט לעצטנס אַלץ מער אָנגעשטרענגט. מע רעדט שוין נישט וועגן אַן אויפֿברויז פֿונעם אומצופֿרידענעם המון, נאָר ממש וועגן א נײַער רעוואָלוציע, אָדער קאָנטער־רעוואָלוציע. וואָס זשע האָט אַזוינס געקאָנט אַרויסרופֿן אַזאַ צעיושעוועטן כּעס בײַ די מאַסן? זעט אויס, אַז דער פּראָטעסט־כּוח קעגן דער איצטיקער מאַכט האָט גערײַפֿט אינעם פֿאָלק שוין לאַנג. די נײַעס, אַז ס'איז פֿונעם טויער צום געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ, איצט אַ מוזיי, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער טרויעריק־באַרימטער אויפֿשריפֿט ARBEIT MACHT FREI, האָט געוויס אַרויסגערופֿן פֿאַרשידענע געפֿילן — פֿון עמאָציאָנעלער אויפֿגעבראַכטקייט ביז פּאַסיווער גלײַכגילטיקייט. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל ווי ווײַט די יאָרן זאָלן נישט געווען אָפּרוקן די אוממענטשלעכע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם צייכן, צאַפּלט נאָך אַ לעבעדיקער אָנדענק פֿון יענע טעג און נעכט בײַ די רעשטלעך לעבן־געבליבענע, די פֿאַרשלעפּטע קרענק, די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם און די סכּנה, וואָס ברענגט מיט זיך איר רעאַליזאַציע, באַזאָרגט נישט בלויז דעם מערבֿ, נאָר אויך די נאָענטע שכנים און אמונה־ברידער פֿון איראַן, די מוסולמענישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח. אַ באַלערנדיקע אויספֿאָרשונג צווישן די אַראַבישע לענדער האָט דורכגעפֿירט די קאָמפּאַניע YouGove, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 1,012 רעספּאָנדענטן פֿון 18 לענדער. עס פֿאַרענדיקט זיך אַ יאָר, וואָס האָט געקענט זײַן אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרבינדונג מיט שלום-עליכמס 150סטן יובֿל. אמת, עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו טענהן, אַז מע האָט גאָרנישט ניט אויפֿגעטאָן. פֿון דעסטוועגן איז אין מאַרץ, אַרום דער צײַט פֿון שלום-עליכמס געבוירנטאָג, געווען אָרגאַניזירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר בשותּפֿות מיטן קאָלומביע-אוניווערסיטעט. כּמעט יעדער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער מאָדערנער געשיכטע האָט געהאַט זײַן מלחמה. דינסטיק האָט וועגן זײַן מלחמה געמאָלדן דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אייגנטלעך, האָט עס מיט אַכט יאָר צוריק געטאָן זײַן פֿאָרגייער, פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. אָבער דעמאָלט, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער, האָט די מאָטיוואַציע און דער כאַראַקטער פֿונעם דערקלער־אַקט — קאַמף קעגן וועלט־טעראָריזם — געקלונגען גאָר אַנדערש, איבערצײַגעוודיק און באַרעכטיקט. |