‫פֿון רעדאַקציע

דעם 27סטן יאַנואַר, לויטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", ווערט אָפּגעמערקט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־טאָג פֿון די אומגעקומענע בעתן חורבן. ווי מיר געדענקען, האָט דער דאָזיקער באַשלוס אַרויסגערופֿן אַ סך וויכּוחים, קודם־כּל, מצד ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות.

צי ווערט טאַקע דער טאָג אָפּגעמערקט איבער דער וועלט אַזוי, ווי עס שטייט אין די תּקנות פֿון דעם "יו־ען"־באַשלוס, איז טאַקע אַ פֿראַגע פֿאַר זיך. איין זאַך איז קלאָר: די שׂינאה צו ייִדן אין די תּפֿוצות און צו ישׂראל איז קלענער נישט געוואָרן. נאָך מער — פֿאַראַיאָרן, 70 יאָר נאָכן חורבן, האָט לויט דער סטאַטיסטיק, געשלאָגן דער אַנטיסעמיטיזם אַלע רעקאָרדן.

און דאָך, האָט דער אַנטיסעמיטיזם, זינט ס'איז אויפֿגעשטאַנען אַ ייִדישע מדינה, דורכגעמאַכט זײַן אייגענע עוואָלוציע. די הײַנטיקע שׂונאים פֿון ייִדישן פֿאָלק טענהן, אַז זייער קאַמף איז נישט קעגן ייִדן בכלל, נאָר קעגן די ציוניסטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. אָנהענגער פֿון אַזאַ "אידעאָלאָגיע" געפֿינען זיך סײַ אין די לינקע און סײַ אין די רעכטע באַוועגונגען, שוין אָפּגערעדט, צווישן דער מוסולמענישער אימיגראַציע, וואָס האָט פֿאַרפֿלייצט גאַנץ אייראָפּע און אַמעריקע. אַ באַזונדערע השפּעה האָבן זיי אין אַלע לענדער פֿון זייער צעשפּרייטקייט.

דער אַלטער, אויסגעפּרוּווטער נוסח פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט זיך אויך פֿאַרשטאַרקט אין די לענדער פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן רעזשים, און קודם־כּל, אין די בײַ־באַלטישע און אוקראַיִנע. די פֿײַנטשאַפֿט צו דער נײַער מאַכט אין רוסלאַנד, וואָס זוכט אײַנצוהאַלטן איר השפּעה איבער די געוועזענע "ברידערלעכע שטחים"; ווי אויך דאָס איבערקוקן די געשיכטע פֿון די נײַע פֿירער, שאַפֿט אַ פֿאַרקריפּלט בילד, לטובֿת די נאַציאָנאַליסטן. אַזוי ווערן רעהאַביליטירט און פֿאַרוואַנדלט אין נאַציאָנאַלע העלדן פּאַרשוינען, וואָס קרבנות פֿון זייער טעטיקייט זײַנען געפֿאַלן, קודם־כּל, די אָרטיקע ייִדן. נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען נישט גיין ווײַט: אין די בײַ־באַלטישע לענדער זענען מיט דער הילף פֿון די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן, אומגעבראַכט געוואָרן 90 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד. איצט ווערן די אַלע געוועזענע דײַטשישע באַהעלפֿער, וואָס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די אומברענג־אַקציעס, פֿאַררעכנט פֿאַר מלחמה־וועטעראַנען און באַקומען די זעלבע מלוכה־שטיצע, וואָס די וועטעראַנען פֿון דער אַנטי־היטלערישער קאָאַליציע.

דעם 22סטן יאַנואַר, ממש ערבֿ דער דאַטע פֿון אָפּמערקן דעם אָנדענק פֿון די אומגעקומענע אין חורבן, האָט דער אוקראַיִנישער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ צוגעטיילט דעם פֿאַרברענטן נאַציאָנאַליסט סטעפּאַן באַנדעראַ, וואָס איז בעת דער מלחמה געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער באַפֿרײַונגס־באַוועגונג, אַליִיִרט מיט דײַטשלאַנד, די העכסטע באַלוינונג — העלד פֿון אוקראַיִנע. די ווילדע מעשׂים פֿון די באַנדעראָווצעס בעת דער מלחמה זײַנען גוט באַקאַט דעם עלטערן דור אוקראַיִנער, וואָס די מערהייט פֿון זיי האָט געקעמפֿט קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד.

זײַן בײַטראָג אין ענין "אַנטיסעמיטיזם" טראָגט אַרײַן דאָס הײַנטיקע פּוילן, באַזונדערס, אייניקע אירע גײַסטלעכע פֿירער. ערשט לעצטנס האָט דער פּאָפּולערער פּוילישער ביסקופּ, טאַדעוש פּעראָנעק, זיך אויסגעדריקט אין אַן אינטערוויו בזה־הלשון: "בלי ספֿק, ייִדן האָבן געליטן אַ סך, אָבער נישט נאָר זיי זײַנען אויסגעגאַנגען אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. קרבנות פֿון דער נאַציסטישער טויט־מאַשין זײַנען געווען אויך ציגײַנער, פּאָלאַקן, איטאַליענער און קאַטאָליקן. דער ׳האָלאָקאָסט׳ — איז אַן אויסטראַכטעניש פֿון די ייִדן אַליין."

קיינער לייקנט נישט, אַז די נאַציסטישע טויט־מאַשין האָט אומגעבראַכט, חוץ ייִדן, אויך אַנדערע פֿעלקער. די אוניקאַלקייט פֿון חורבן באַשטייט אין דעם, אַז איין פֿאָלק, מיט אַ נאַציסטישער רעגירונג, האָט אַרויסגעטראָגן דעם פּסק — ווער עס דאַרף לעבן, און ווער דאַרף געטייט ווערן אויף דער וועלט. אַזאַ באַשלוס האָט נאָך ביז היטלערן און זײַן קליקע קיין איין רעזשים נישט אָנגענומען; און קיין איין רעזשים האָט נישט געשטרעבט אויסצוראָטן ביזן וואָרצל אַ באַזונדערע גרופּע מענטשן, אַ גאַנץ פֿאָלק, נאָר ווײַל זיי זײַנען ייִדן.

דער הײַנטיקער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליזם, בראָש מיטן איראַנער רעזשים, גייט מיטן זעלבן וועג, און מע דאַרף זיך נישט נאַרן, ווי ס'איז געווען פֿאַרן "האָלאָקאָסט", אַז מע מיינט בלויז ישׂראל און די ציוניסטן.