‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרשלעפּטע קרענק, די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם און די סכּנה, וואָס ברענגט מיט זיך איר רעאַליזאַציע, באַזאָרגט נישט בלויז דעם מערבֿ, נאָר אויך די נאָענטע שכנים און אמונה־ברידער פֿון איראַן, די מוסולמענישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח.

אַ באַלערנדיקע אויספֿאָרשונג צווישן די אַראַבישע לענדער האָט דורכגעפֿירט די קאָמפּאַניע YouGove, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 1,012 רעספּאָנדענטן פֿון 18 לענדער. ווײַזט זיך אַרויס, אַז 80% פֿון די אײַנוווינער אין די דאָזיקע לענדער גלייבן נישט אין דעם, וואָס עס טענהן די פֿירער פֿון טעהעראַן, אַז זייער נוקלעאַרע פּראָגראַם טראָגט אויסשליסלעך אַ פֿרידלעכן כאַראַקטער.

אינטערעסאַנט, אַז באַזונדערס פֿאָרזיכטיק און חשדימדיק צו די צוזאָגענישן פֿון איראַן, זײַנען די נאַפֿט־רײַכע לענדער פֿונעם פּערסישן גאָלף: סאַודיע, פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, קוּוועיט, באַכריין, קאַטאַר, אָמאַן און תּימן. נאָך מער, 29% פֿון די אויסגעפֿרעגטע זײַנען זיכער, אַז צווישן די ערשטע לענדער (נאָך ישׂראל, פֿאַרשטייט זיך), וועלן די איראַנישע נוקלעאַרע באָמבעס פֿאַלן אויף די לענדער פֿונעם פּערסישן גאָלף, און קודם־כּל — אויף סאַודיע. צווישן די אײַנוווינער פֿון פּערסישן גאָלף גופֿא, טראַכטן אַזוי 38%.

וואָס זשע איז די סיבה פֿון אַזאַ אומצוטרוי צו איראַן? 68% פֿון די אויסגעפֿרעגטע אײַנוווינער פֿון די אַראַבישע לענדער האָבן אָנגערופֿן ווי די סיבה — טעהעראַנס שטרעבונגען צו דאָמינירן איבער דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח. נאָך 19% גלייבן פּשוט נישט דער איראַנישער פֿירערשאַפֿט און 8% האַלטן די אַיאַטאָלעס פֿאַר ליגנער.

גאָר אַנדערש באַציִען זיך צו איראַן די אַזוי גערופֿענע לעוואַנטישע לענדער: סיריע, יאָרדאַניע, די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, לבֿנון און איראַק; און פֿון צפֿון־אַפֿריקע: עגיפּטן, מאַראָקאָ, אַלזשיר, טוניס, סודאַן און ליביע. 72% פֿון אַלע אויסגעפֿרעגטע האַלטן פֿונדעסטוועגן, אַז איראַן האָט רעכט צו האָבן איר אייגענע נוקלעאַרע פּראָגראַם, אָבער נאָר פֿאַר פֿרידלעכע צילן. ס'רובֿ פֿון דעם (42%) געהערן צו דער לעוואַנטישער גרופּע לענדער. די לעוואַנטישע לענדער האַלטן אויך (42%), אַז איראַן האָט רעכט צו האָבן נוקלעאַר־געווער.

נאָך אַ בײַשפּיל פֿון איבערגעגעבנקייט דעם איראַנישן פּאַטראָן, מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, קלינגען די ווערטער פֿונעם הויפּט־"כאַמאַסניק", וואָס האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין דמשׂק, כאַליד מאַשאַל. אָנהייב וואָך האָט ער דערקלערט, אַז אויב ישׂראל וועט אַטאַקירן איראַן, וועלן אַלע באַזונדערע איסלאַמיסטישע פֿראַקציעס זיך פֿאַראייניקן און אַטאַקירן ישׂראל, ווי אַ סאָלידאַריטעט־אַקציע מיט טעהעראַן.

לאָמיר שוין דאָ דערמאָנען, אַז מיט אַ וואָך פֿריִער, בעת דער באַגעגעניש צווישן דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד און דעם זעלבן מאַשאַל אין טעהעראַן, האָט דער איראַנישער פֿירער באַשטעטיקט זײַן גרייטקייט אויך ווײַטער צו שטיצן דעם באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד פֿון די פּאַלעסטינער און העלפֿן די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס אָנצוגיין מיט זייער קאַמף.

וואָס טראַכטן די אַראַבישע רעספּאָנדענטן פֿונעם אויספֿרעג וועגן דעם כּוח, וואָס וואָלט געקאָנט אָפּהאַלטן איראַן פֿון אירע נוקלעאַרע פּלענער? 38% אַראַבער האַלטן, אַז קיין שום אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע איז נישט אימשטאַנד אָפּצושטעלן. 26% גלייבן אין די באַמיִונגען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער נוקלעאַרער אָרגאַניזאַציע אונטערן פֿליגן פֿון דער "יו־ען", 16% — דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" און 12% — דער ליגע פֿון אַראַבישע לענדער.

פֿון די אויספֿרעגן ווערט קלאָרער, וואָס איז דער וועג, מיט וועלכן די מערבֿדיקע און אַראַבישע דיפּלאָמאַטיע וואָלט געדאַרפֿט גיין בײַם זוכן אַ בשותּפֿותדיקן באַשלוס קעגן די איראַנישע מיליטאַנטישע פּלענער. בלי־ספֿק, די מוסולמענישע לענדער שטייען פֿעסט קעגן ישׂראל, ווי מוהאַמעד קעגן דעם הייליקן באַרג אין מידבר. פֿון דער אַנדערער זײַט, הענגט איבער זיי די סכּנה פֿון אומקום, וואָס איז נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט דער "סכּנה" פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ.

די אַראַבישע לענדער אין מיטעלן מיזרח סײַ פֿון פּערסישן גאָלף, סײַ פֿון די לעוואַנטישע און צפֿון־אַפֿריקאַנער לענדער שטייען הײַנט פֿאַר דער דילעמע: וואָס איז פֿאַר זיי סכּנותדיקער? צו געבן אַן ענטפֿער אויף דעם בלײַבט זייער ווייניק צײַט.