- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ חזיר, ווי באַוווּסט, איז נישט מער ווי אַ בהמה, וואָס איז טריף־פּסול סײַ לויט דעם ייִדישן גלויבן און סײַ לויטן מוסולמענישן. ווען מע וויל באַליידיקן אַ ייִד, וואַרפֿט מען אים אונטער אַ חזיר; און דאָס זעלבע קומט פֿאָר, ווען מע וויל אָנרירן די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ מוסולמענער. דער סיכסוך אַרום דעם פּראָיעקט אויפֿצושטעלן אַ מוסולמענישן צענטער עטלעכע גאַסן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן אָרט "גראַונד זעראָ", ווערט מיט יעדן טאָג אַלץ שאַרפֿער און וואַקסט איבער די ראַמען פֿון אַן אינערלעכן שטאָטישן קאָנפֿליקט; בפֿרט נאָך דעם, ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך אין אים אַליין אַרײַנגעמישט. איצט איז די פֿראַגע וועגן בויען דעם "צענטער" אויף דעם אָפּגעקויפֿטן אָרט, צי אים דאָרט נישט בויען, אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אינעם ווירבל פֿון פּאָליטישע מאַניפּולאַציעס. יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער — דעם 12טן אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. איין טאָג אין יאָר, ווערן אָנגערופֿן אויף אַ קול די נעמען פֿון די 12 אומשולדיק־פֿאַראורטיילטע צום טויט ייִדן, וועלכע האָבן מיט לײַב און נפֿש געדינט זייער לאַנד און דער פּאַרטיי, וואָס אַ קרבן פֿון איר זײַנען זיי געוואָרן. ס׳איז שוין, אַ פּנים, אין ישׂראל צו שטיל געווען די לעצטע פּאָר יאָר, און אַז מע הייבט דאָרט אָן רעדן וועגן עפּעס אַ שלום, איז עס אַ שלעכטער סימן. די וואָך האָט עס די ישׂראל־ווירקלעכקייט באַשטעטיקט. מאָנטיק האָט די וועלט־פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז פֿון דער עגיפּטישער זײַט, פֿון סיני, איז באַשאָסן געוואָרן די יאָרדאַנישע שטאָט אַקאַבאַ און די ישׂראל־שטאָט אילת. לויט די ידיעות וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין גיכן נאָך דער אַטאַק, איז אָנגערופֿן געוואָרן די מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציע "גלאָבאַלער דזשיהאַד". אינעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל וואָלטן מיר געוואָלט אַרויסזאָגן געוויסע געדאַנקען וועגן אייניקע בריוו, וואָס עס קומען אָן פֿון אײַך, אונדזערע לייענען, און וואָס מיר קוקן אויף זיי שטענדיק אַרויס. ס'איז דאָך קלאָר, אַז אַ פּובליקאַציע עקזיסטירט פֿאַר די לייענער; און ווען עס גייען, חלילה, אַוועק די לייענער, גייט אויך אונטער די פּובליקאַציע. דער צווייטער מענטש אין "אַל־קײַדאַ", אײַמאַן אַז־זאַוואַכירי, האָט לעצטנס ווידער זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ און אויסגעגאָסן אַן עמער שמוץ אויף די קעפּ פֿון זײַנע שׂונאים. דאָס מאָל האָט ער אַרײַנגעזאָגט נישט נאָר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; עס האָבן געקראָגן זייער פּסק־דין אויך זײַנע מוסולמענישע ברידער, וואָס "העלפֿן אַרויס די ציוניסטן" אונטערצוהאַלטן דעם בויקאָט פֿון עזה — עגיפּטן, יאָרדאַניע, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, די פֿירער פֿון סאַודיע... און אויב זיי "שטיצן" די ציוניסטן זײַנען זיי אַליין ציוניסטן. דאָס ייִדישע פּעקל צרות איז תּמיד באַשטאַנען פֿון צוויי מינים — צרות פֿון פֿרעמדע און צרות פֿון אייגענע. זינט ס'איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, האָט דאָס פּעקל אָנגעהויבן וואַקסן; צוגעקומען איז די צאָל אויסערלעכע צרות און געוואַקסן איז די צאָל אינערלעכע. געביטן האָט זיך אויך דער באַגריף "אייגענע", ווײַל איצט האָט ער אײַנגעשלאָסן אין זיך נישט נאָר די ייִדישע בירגער פֿון ישׂראל, נאָר אויך אַנדערע עטנישע גרופּעס און פֿעלקער. די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און טערקײַ ווערן מיט יעדן טאָג אַלץ מער אָנגעצויגן. בפֿרט נאָכן פּראָוואָקאַציע־אינצידענט אויף דער טערקישער שיף "מאַרמאַראַ". ערשט די וואָך, ממש פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צו דער טרעפֿונג מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט פּרעמיער נתניהו אין אַ דעקלאַראַטיווער פֿאָרעם געזאָגט, אַז ישׂראל באַדויערט וועגן די נײַן אומגעקומענע טערקישע בירגער אויף דער דאָזיקער שיף, אָבער זי וועט זיך נישט אַנטשולדיקן, מחמת די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן אָנגעהויבן שיסן, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע לעבנס פֿון די צעיושעוועטע באַנדיטן, וועלכע האָבן זיך אויף זיי אַרויפֿגעוואָרפֿן מיט אײַזערנע שטעקנס. דעם 25סטן יוני איז געוואָרן פֿיר יאָר זינט דער ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט איז בגוואַלד פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די "כאַמאַסניקעס" און ווערט בײַ זיי אָפּגעהאַלטן און אַרויסגעשטעלט צום האַנדל, ווי ס'האָט זיך אַמאָל געפֿירט אויף די מיזרח־יאַרידן מיט קנעכט און בהמות. דער פּרײַז איז אָבער הײַנט נישט קיין געלט, נאָר "באַרטער" — אַ ישׂראל־סאָלדאַט פֿאַר אָנדערטהאַלבן טויזנט פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן אין די תּפֿיסות פֿון ישׂראל. די נאָכווייענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה שלעפּן זיך נאָך אונדזער פֿאָלק ביזן הײַנטיקן טאָג. שוין דער דריטער דור ווערט געבוירן נאָך יענע, וואָס האָבן אַלץ אויסגעהאַלטן און אויסגעשטאַנען און קוים אַרויס מיטן לעבן פֿונעם גיהנום; אָבער עס הענגט נאָך אַלץ דער שאָטן פֿון יענע אַכזריות און רדיפֿות. זיי, די שרעקן און מוראס, האָבן זיך אײַנגעקריצט אין די גענעס פֿון די נאָך־מלחמהדיקע דורות. זיי ווירקן אויף אונדזער דענקען און וועלטבאַנעם, אויף אונדזערע באַשלוסן און אויפֿפֿירן; בלויז אין די לעצטע פֿינף יאָר זײַנען אין ישׂראל פֿאָרגעקומען געשעענישן, וואָס פֿאַר אַן אַנדער מדינה איבער דער וועלט וואָלט עס געווען גענוג פֿאַר 50 יאָר. קוקט אַליין: צוויי מלחמות — אין לבֿנון און עזה, דאָס צעשמעטערן דעם סירישן נוקלעאַרן אָביעקט, פֿריצײַטיקע וואַלן און דער רעגירונג־בײַט פֿון "קדימה" צום "ליכּוד"; אויב ס'איז ווייניק, האָט איר נאָך די טראַגישע עוואַקואַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים פֿון עזה, צפֿון־שומרון און די געפֿענקעניש פֿון גלעד שליט. אייגנטלעך, האָט ער זיך קיינמאָל נישט איבערגעריסן, דער "דרײַפֿוס־פּראָצעס". עס האָבן זיך געביטן די תּקופֿות, עס האָבן זיך געביטן די ריכטער, די באַשולדיקער און די פֿאַרטיידיקער, אָבער דער באַשולדיקטער, דער ייִד, איז געבליבן. אַוודאי איז געבליבן נישט דער קאַפּיטאַן אַלפֿרעד דרײַפֿוס גופֿא; ער איז געשטאָרבן אין 1935 און ווייניק ווער אין דער וועלט האָט עס אַפֿילו באַמערקט. |