דער סיכסוך אַרום דעם פּראָיעקט אויפֿצושטעלן אַ מוסולמענישן צענטער עטלעכע גאַסן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן אָרט "גראַונד זעראָ", ווערט מיט יעדן טאָג אַלץ שאַרפֿער און וואַקסט איבער די ראַמען פֿון אַן אינערלעכן שטאָטישן קאָנפֿליקט; בפֿרט נאָך דעם, ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך אין אים אַליין אַרײַנגעמישט. איצט איז די פֿראַגע וועגן בויען דעם "צענטער" אויף דעם אָפּגעקויפֿטן אָרט, צי אים דאָרט נישט בויען, אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אינעם ווירבל פֿון פּאָליטישע מאַניפּולאַציעס.
ווי באַוווּסט, האָט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע פֿון ניו־יאָרק, בראָש מיטן מייאָר מײַקל בלומבערג, באַשטעטיקט מיט איר הסכּמה דעם דאָזיקן פּראָיעקט. ביז דעם מאָמענט איז אַלץ אָפּגעטאָן געוואָרן שאַ־שטיל, און בלויז ווען די דערלויבעניש איז באַקומען געוואָרן, איז דער סוד אַרויס אויף גאַנץ בראָד. צוריק גערעדט, וואָס האָט מען דאָ געדאַרפֿט אויסבאַהאַלטן? שוין זשע איז עמעצער נײַגעריק צו וויסן, חוץ די פֿאַראינטערעסירטע פּערזאָנען, אַז מע גייט אויפֿשטעלן אַ ייִדיש־צענטער אָדער אַ קלויסטער? זיכער, ס'וואָלט דאָ אויך קיינעם נישט געאַרט דער פּראָיעקט אַליין אויפֿצובויען אַ מוסולמענישן צענטער אין אונטערשטן טייל פֿון מאַנהעטען, ווען נישט דאָס אָרט, וווּ מע גייט עס טאָן. "גראַונד זעראָ" — דאָרט זײַנען אומגעקומען אַרום דרײַ טויזנט מענטשן נאָך דעם טעראָריסטישן אַטאַק פֿונעם 11טן סעפּטעמבער 2001, דורכגעפֿירט פֿון די איסלאַמישע טעראָריסטן.
דער סיכסוך אַרום "גראַונד זעראָ", ריכטיקער, וואָס אויף דעם דאָזיקן אָרט זאָל זײַן, האָט זיך אָנגעהויבן, ווען עס האָבן נאָך אַרויסגעשטעקט פֿונעם ריזיקן קאָטלאָוואַן די חורבֿות פֿון די צוויי צווילינג־בנינים. צי איז באַרעכטיק דאָרט צו בויען בנינים, וווּ עס קאָנען דורכגעפֿירט ווערן אויך פֿאַרווײַלערישע אונטערנעמונגען? שאַרפֿע סיכסוכים! צו גרויס איז די טראַגעדיע און ס'איז אָנגעקומען נישט פּשוט צו געפֿינען אַ פּאַסיקע פּשרה.
דעריבער איז נישט צו חידושן זיך, וואָס דער פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מוסולמענישן צענטער דווקא נישט ווײַט פֿון "גראַונד זעראָ", און דערצו נאָך מיט אַ מאָטיוואַציע פֿון "טאָלעראַנץ" און "פֿאַראורטיילונג פֿון מוסולמענישן טעראָריזם", רופֿט אַרויס אַ צווייפֿל. נאָך מער דער באַשלוס האָט אַרײַנגעבראַכט אַ שפּאַלט אין דער געזעלשאַפֿט פֿון ניו־יאָרק און גאַנץ אַמעריקע.
די סטאַטיסטיק, ווי רעלאַטיוו זי זאָל נישט זײַן, שפּיגלט זי פֿון דעסטוועגן אָפּ די שטימונג פֿון דער באַפֿעלקערונג. דער אויספֿרעג, דורכגעפֿירט צווישן די ניו־יאָרקער אײַנוווינער האָט באַוויזן, אַז 61% האָבן זיך אַרויסגעזאָגט לטובֿת דער בויונג און בפֿירוש אויף דעם אָרט, וווּ עס איז באַשטימט געוואָרן; 34% זײַנען קעגן דעם. און דאָך האָבן 64% אויסגעפֿרעגטע באַטאָנט, אַז בעסער וואָלט געווען, ווען דער מוסולמענישער צענטער ווערט אויפֿגעשטעלט ווײַטער מיט אַ פּאָר הונדערט מעטער פֿון "גראַונד זעראָ".
די דאָזיקע טעמע האָט אויך צעשפּאָלטן די ייִדישע געזעלשאַפֿט סײַ אין ניו־יאָרק, סײַ איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און סײַ איבער דער וועלט. און ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן, זײַנען די מיינונגען עקסטרעם־קעגנזעצלעכע — פֿון קאַטעגאָרישן "לא מיט אַן אלף" ביז אַ דעמאָנסטראַטיווער שטיצע מיט אַ גרינער יאַרמלקע בײַם אָרט, וווּ מע וויל אויפֿשטעלן דעם מוסולמענישן צענטער ("פֿאָרווערטס", אויגוסט 13, ז' 1).
אַוודאי האָט די געשיכטע, באַזונדערס אין 20סטן יאָרהונדערט, די קולטורעלע און סאָציאַלע סבֿיבֿה געווירקט אויף אונדזער פֿאָלק אויפֿצונעמען געוויסע געשעעניש מיט אַזאַ ברייטער און סתּירותדיקער גאַמע פֿון געפֿילן; און מעגלעך, אַז די געשעענישן אַליין האָבן אויף אונדז געווירקט, ווי למשל, די געשיכטע אַרום דעם צלם, אויפֿגעשטעלט אין אוישוויץ, לכּבֿוד דעם קאַטוילישן פּויפּסט, וואָס האָט באַזוכט דעם טויט־לאַגער אין 1979. דער פּראָטעסט פֿון די ייִדן איז געווען באַרעכטיקט, ווײַל אוישוויץ און דער הימל איבער דעם שטח איז אַ בית־עולם פֿון מער ווי איין מיליאָן ייִדן. דעמאָלט האָט עמעצער פֿון די קאַטוילישע קירך געגעבן אַן אָנצוהערעניש, אַז אויב דער צלם צעטיילט מענטשן, דאַרף מען אים אַריבערטראָגן אויף אַן אַנדער אָרט. און אַזוי איז טאַקע געטאָן געוואָרן.
ס'איז קיין צווייפֿל נישט, אַז ס'רובֿ אַמעריקאַנער בירגער פֿון מוסולמענישן גלויבן פֿאַראורטיילן דעם איסלאַמישן טעראָר; און ס'איז אַ פֿאַקט, אַז אין יענעם טראַגישן טאָג פֿון 11טן סעפּטעמבער זײַנען אונטער די חורבֿות געבליבן באַגראָבן אויך מוסולמענער. צי קאָן מען אָבער דערלאָזן, אַז די הײַנטיקע גדולים פֿון טעראָר זאָלן אויסנוצן די אַמעריקאַנער טאָלעראַנטקייט פֿאַר זייערע פֿינצטערע מעשׂים? ס'איז גענוג געווען, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט זאָל זאָגן אין וואַשינגטאָן, אַז ס'איז באַרעכטיקט צו בויען מעטשעטן און מוסולמענישע צענטערס אויף אַ פּריוואַטער טעריטאָריע אין מאַנהעטען, ווי ס'האָט זיך באַלד דערהערט פֿון עזה דאָס קול פֿון מאַכמוד אַז־זאַהאַר, דער צווייטער מענטש אין "כאַמאַס": "מיר וועלן בויען מעטשעטן אומעטום!"
הײַנט צעטיילט דער באַשלוס פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דעריבער וואָלט קליגער געווען נישט צו וואַרטן ביז דער שפּאַלט וועט זיך צעוואַקסן. די שׂונאים פֿון אַמעריקע קוקן אויף דעם נאָר אַרויס. אויך די ניו־אָרקער מוסולמענער וואָלטן געדאַרפֿט דערבײַ אַרויסווײַזן זייער פֿאַרשטאַנד און אַ בייגעוודיקן צוגאַנג צו דער ווייטיקלעכער פּראָבלעם. די בריק פֿון עכטער טאָלעראַנץ דאַרף דאָך אויפֿגעשטעלט ווערן פֿון ביידע זײַטן.