די נאָכווייענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה שלעפּן זיך נאָך אונדזער פֿאָלק ביזן הײַנטיקן טאָג. שוין דער דריטער דור ווערט געבוירן נאָך יענע, וואָס האָבן אַלץ אויסגעהאַלטן און אויסגעשטאַנען און קוים אַרויס מיטן לעבן פֿונעם גיהנום; אָבער עס הענגט נאָך אַלץ דער שאָטן פֿון יענע אַכזריות און רדיפֿות. זיי, די שרעקן און מוראס, האָבן זיך אײַנגעקריצט אין די גענעס פֿון די נאָך־מלחמהדיקע דורות. זיי ווירקן אויף אונדזער דענקען און וועלטבאַנעם, אויף אונדזערע באַשלוסן און אויפֿפֿירן; אויף די מעשׂים, וואָס ווערן געטאָן און ווערן נישט געטאָן, צוליב די פֿאַרשידענע פֿאַרדאַכטן און קאָמפּלעקסן, וועלכע ס'איז שווער צו דערקלערן אָן דער הילף פֿון פּסיכאָאַנאַליטיקער.
מיר לעבן אין אַ צײַט פֿון נײַע אויפֿברויזן קעגן אונדזער פֿאָלק און יעדער זוכט אַן אָנשפּאַר אָדער אַ וועגווײַזער, וואָס ווײַזט טאַקע אָן דעם וועג צו דער האָפֿענונג, צו אַ שׂכלדיקער און יושרדיקער סטאַנציע. אייניקע רופֿן די סטאַנציע "תּשובֿה" און הייבן אָן טאָן אַלץ, וואָס דער "וועג צו תּשובֿה טאָן" פֿאָדערט פֿון זיי.
אייניקע געפֿינען די סטאַנציע אין ישׂראל, און האַלטן, אַז ס'איז גענוג זיך צו באַזעצן אינעם לאַנד פֿון די אָבֿות, ווערט מען שוין פּטור פֿון די אַלע צוויי טויזנט יאָר פֿאַרדאַכטן און גלות־קאָמפּלעקסן. נישט זעלטן קאָן מען אַפֿילו הערן אין ישׂראל, אַז מ'איז געקומען אַהין נישט צו פֿילן זיך ווי אַ ייִד אינעם אייגענעם לאַנד, נאָר פֿאַרקערט, מע זאָל דיר דאָ נישט דערמאָנען, ווער דו ביסט.
עס איז פֿאַראַן נאָך אַן אַנדער וועג; ער פֿירט צו דער סטאַנציע "אַסימילאַציע". אויס אייגענע געשיכטע, אויס אייגענע שפּראַכן, אויס אייגענע טראַדיציעס, אויס... אויס... מע רײַבט פֿון זיך אַראָפּ די אייגענע הויט, די אַרומיקע סבֿיבֿה זאָל, חלילה, נישט דערשמעקן אין דיר אַ פֿרעמדן. דעמאָלט הייבט מען אָן טראַכטן, ווי אַלע אַרום; רעדן, ווי אַלע אַרום און פֿאַראורטיילן זאַכן, ווי אַלע אַרום... און אין אַ טאָג כאַפּט מען זיך אויף, מע גיט אַ קוקט אויף זיך אין שפּיגל און מע דערקענט זיך נישט. עפּעס אַ באַשעפֿעניש קוקט אויף דיר — אָן אַן אייגענעם נאָמען, אָן אַן אייגן פּנים, צוויי פּוסטע אויגן, כאָטש נעם און שרײַ "שמע־ישׂראל!" אָבער עס שרײַט זיך נישט — אַלץ איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם זכּרון, געבליבן נאָר פּחד, מורא, שרעק!
פֿונעם חורבן איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אַרויס אָן אַ דריטל פֿון איר גוף, און מיט... אַ ייִדישער מדינה, ווי אַ פֿאַרגיטיקונג פֿאַר די 6 מיליאָן אומגעבראַכטע. זינט דעמאָלט האַלט זיך די מערבֿ־וועלט פֿאַר אַ מין אַפּוטרופּוס, וואָס קאָן אָנווײַזן ישׂראל, ווי אַזוי זיך צו פֿירן אין דער וועלט, מיט וועמען זיך חבֿרן און בכלל, צו לערנען שׂכל.
נאָך דעם, ווי ס'איז אויפֿגעשטאַנען מדינת־ישׂראל, איז גיך אַרײַן אינעם פּאָליטישן לעקסיקאָן דער באַגריף "אַראַבישע וועלט". ביז אַהער אָפּגעזונדערטע, אָפֿט פֿײַנטלעכע איינער צום אַנדערן לענדער, האָבן זיי זיך פֿאַראייניקט קעגן איין שׂונא — דער נײַער ציוניסטישער מלוכה. בײַם אָנהייב איז עס געווען אַ לאָקאַלער, אַזוי גערופֿענער אַנטי־קאָלאָניאַלער קאַמף; אין גײַסט פֿון יענער שטורמישער צײַט, ווען ס'איז אויפֿגעקומען די אַלגעמיינע אַנטי־קאָלאָניאַלע באַוועגונג.
שפּעטער, ווען דעם כּוח האָט אָנגענומען דער מיליטאַנטישער איסלאַם, איז די שׂינאה צו ישׂראל אַריבער די לאָקאַלע און עטנישע גרענעצן, און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַל־איסלאַמישן קאַמף קעגן דער מערבֿ־וועלט, וואָס פֿאַרשטעלט זיך מיטן היפּאָקריטישן שילד פֿון קאַמף פֿאַרן באַפֿרײַען דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק. דערבײַ מיינט מען נישט אַזוי די פּאַלעסטינער גופֿא און זייער אומאָפּהענגיקייט, ווי דעם גאַנצן שטח — פּאַלעסטינע — ווי עס האָט געהייסט אין די צײַטן פֿון ענגלישן מאַנדאַט און נאָך פֿריִער.
צי פֿאַרשטייט עס די מערבֿ־וועלט? אַוודאי, פֿאַרשטייט זי, אַז ישׂראל איז נישט בלויז אַ "ביין" אינעם גאָרגל פֿון די מיטל־מיזרחדיקע לענדער און דער גאַנצער מוסולמענישער וועלט; ישׂראל איז דער טויער צו דער מערבֿ־וועלט, און ביז דער טויער ווערט באַוואַכט פֿון די ישׂראלים, קאָנען די אייראָפּעער שלאָפֿן רויִק, אויב די אָרטיקע מוסולמענער וועלן זיי עס געבן. אָבער די מוסולמענישע עקספּאַנסיע צעוואַקסט זיך און, צונויפֿגעניוכעט זיך מיט די עקסטרעם־לינקע באַוועגונגען, ווערט זי מיט יעדן טאָג חוצפּהדיקער און אַגרעסיווער אויף די אייראָפּעיִשע גאַסן. און דאָס איז אויך איינע פֿון די סיבות פֿון אַזאַ פּאַרעווער אויפֿפֿירונג מצד דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
די צוויי ייִדישע קהילות אין דער וועלט — ישׂראל און די תּפֿוצות — זעען הײַנט אויס, ווי צוויי אינדזלען, אַרומגערינגלט מיטן ים פֿון פֿײַנטלעכקייט. די איינצלנע בריקן פֿון איין אינדזל צום צווייטן ברענגען נישט, צום באַדויערן, צו קיין אַחדות. שוין אָפּגערעדט, אַז אין די קהילות גופֿא גייט אָן אַ שטענדיקער סיכסוך און קאַמף...
בלײַבן מיר שטיין הײַנט, ווי יענער אייביקער נע־ונעדניק, אויף דער סטאַנציע "קרייצוועג" און טראַכטן זיך: וואָס זשע פֿאַראייניקט אונדז אַלע, די קינדער און קינדס־קינדער פֿון די על־פּי־נס לעבן געבליבענע נאָכן גרעסטן חורבן אין אונדזער געשיכטע?