- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זינט די מאַכט אין ירושלים און אין וואַשינגטאָן האָט זיך געביטן, איז אויך דער ווינט אין דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק געוואָרן אַ קאַלטער און האַסטיקער. מיט קאַלטקייט האָט אַ צי געטאָן אין די צווישן־באַציִונגען פֿון אַמעריקע און ישׂראל; און באַלד נאָך דעם האָט די דאָזיקע קאַלטקייט זיך פֿאַרשפּרייט אויף די באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל און צווישן ישׂראל און עגיפּטן, צוויי מוסולמענישע לענדער, וואָס אין ישׂראל האָט מען זיי געהאַלטן ווי אַ מוסטער, אַז אויך מיט די מוסולמענער קען מען זײַן "גוטע ברידער". בײַ אונדז ייִדן זאָגט מען: אַ נײַער דור, אַ נײַער ניגון. דער "ניגון" פֿון נײַעם דור, דער דור פֿון 21סטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן קאָמפּיוטערײַ. די הײַנטיקע קינדער, נאָך איידער זיי הייבן אָן רעדן, ציִען זיי זיך שוין מיט די הענטעלעך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. מסתּמא איז עס גוט, אָבער ווי יעדע נײַע אַנטדעקונג, ברענגט קאָמפּיוטערײַ אַרײַן אין אונדזער לעבן סײַ גוטס און סײַ שלעכטס; עס ווענדט זיך ווידער, וועמעס "הענטעלעך" ציִען זיך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. די לעצטע וואָך האָט מען אַ סך גערעדט אין דער מעדיאַ וועגן דער וואַנט, געמיינט דערמיט די טרויעריק־באַרימטע "בערלינער וואַנט" (לייענט דעם אַרטיקל אויף ז' 7). יענע וואַנט איז געפֿאַלן מיט 20 יאָר צוריק און באַגראָבן פֿאַקטיש אונטער אירע בראָכשטיקער די 70־יאָריקע סאָוועטישע אימפּעריע. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ (מער באַקאַנט ווי "קאַגעבע"), איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די נעמען פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער. צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד איז לעצטנס אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווירטועלע בריק אונטערן נאָמען "פּערעזאַגרוזקאַ", וואָס מיינט אויף פּראָסט מאַמע־לשון אַן אָנלאָדונג אויף ס'נײַ. יעדער וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ, ווייסט גענוי וואָס דאָס מיינט. מע דאַרף אויך וויסן, אַז בשעת דער דאָזיקער "פּערעזאַגרוזקאַ", קאָן דער קאָמפּיוטער "פֿאַרפֿרוירן" ווערן, אַנדערש געזאָגט, ס׳קאָן זיך שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אַלץ בלײַבט הענגען אין די ווירטועלע ספֿערן — נישט אַהין און נישט אַהער! די וואָך איז אין ווין דורכגעגאַנגען די צווייטע סדרה פֿון פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די וועלט־מלוכות און איראַן. און אָט, דעם 21סטן אָקטאָבער, מעלדט דער הויפּט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרער ענערגיע בײַ דער "יו־ען", מאָכאַמעד על־באַראַדעי, אַז איראַן איז מסכּים צו באַטראַכטן דעם פּראָיעקט פֿון אַן אָפּמאַך אַרום איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין די ראַמען פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט, פֿאָרגעלייגט אָנהייב חודש בײַ די פֿאָריקע פֿאַרהאַנדלונגען אין זשענעווע, ס'איז פּשוט זיך צו חידושן, ווי עס בײַט זיך גיך די אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק, נאָך די ווינטן, וואָס קומען אַרויס פֿון רוסלאַנד. די וואָך האָט הילאַרי קלינטאָן, די מלוכה־סעקרעטאַרין פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזוכט מאָסקווע. ווי עס איז דערוואַרט געווען, איז איר הויפּט־אויפֿגאַבע געווען צו איבערצײַגן די רוסלענדישע פֿירערשאַפֿט צו שטיצן דאָס אָננעמען נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן. וואָס זשע הערן מיר נאָך דער טרעפֿונג מיטן רוסישן אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו? די לעצטע אומרוען אין ירושלים און דאָס סטראַשען מיט אַ נײַער, דריטער אינטיפֿאַדע, האָט זיך גאַנץ גוט געלאָזט פּראָגנאָזירן (לייענט מ. דוניצס אַרטיקל אויף ז' 13). נאָך מער, עס וואָלט אַפֿילו אויסגעזען מאָדנע, ווען די איצטיקע אומרוען וואָלטן נישט געשען. פֿאַרוואָס? מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דער אַלערגישער רעאַקציע פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אין דער אויטאָנאָמיע אויף די רייד וועגן שאַפֿן אַן "אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה". דעם ערשטן אָקטאָבער דאַרף דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אַרומרעדן זייער ווײַטערדיקן באַשלוס מכּוח דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן. אַן ענין, וואָס באַאומרויִקט הײַנט די מערבֿ־וועלט בכלל און ישׂראל בפֿרט. אייגנטלעך, האָט די דאָזיקע פֿראַגע קיין לייזונג נישט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, אויב אַפֿילו לאָזן אין גאַנג דעם מיליטערישן כּוח און באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, וועט עס נאָר אָפּציִען דאָס שאַפֿן אַ נוקלעאַר געווער אויף דרײַ, פֿיר יאָר. נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג פֿון דער "טרויקע" אין ניו־יאָרק: פּרעזידענט אָבאַמאַ, פּרעמיער נתניהו און דער הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע מאַכמוד אַבאַס — האָבן די וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז" דערקלערט, אַז קיין "גרויסע האָפֿענונגען" אויף דער טרעפֿונג לייגט מען נישט; סײַדן עס וועט זײַן אַן אָנהייב, נאָך אַן איבעררײַס פֿון קנאַפּע נײַן חדשים, פֿון ווײַטערדיקע טרעפֿונגען און פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט. אַזוי האָט דערקלערט דער פֿאָרשטייער פֿון אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע, ראָבערט גיבס. די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן דריקט אויס איר אומרו אין שײַכות מיט דער דערקלערונג פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט כוגאָ טשאַוועס, אַז דער קרעדיט אין 2.2 ביליאָן דאָלאַר, וואָס ער האָט אויסגעשנאָרעט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע און פֿרײַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, בעתן לעצטן באַזוך אין מאָסקווע, וועט אויסגעניצט ווערן אויף צו קויפֿן בײַ רוסלאַנד סאָפֿיסטיקירט געווער, דהײַנו: 92 טאַנקען T-72, רעאַקטיווע סיסטעמען "סמערטש" און די קעגנראַקעטן־קאָמפּלעקסן C-300. שוין אַ היפּש ביסל צײַט ווי אַרום דער פֿראַכטשיף Arctic Sea גייען אום לעגענדעס, ענלעך צו די אַלטע פּיראַטן־מעשׂיות וועגן די געשפּענסט־שיפֿן, וואָס וואַנדערן איבער די ימען־אָקעאַנען, און קיינער קאָן אויף זיי נישט אָנטרעפֿן. אין הײַנטיקע צײַטן זײַנען מיר שוין געוווינט געוואָרן, אַז ים־פּיראַטן זײַנען ווײַט נישט קיין פֿאַרשוווּנדענע פּערסאָנאַזשן; וואָס שייך געשפּענסט־שיפֿן, האָט די געשיכטע אַרום דער Arctic Sea, וואָס איז פּלוצעם און אויף אַ גאָר סודותפֿולן אופֿן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן סוף יולי, זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויך איצט איז נישט אויסגעשלאָסן אַזאַ דערשײַנונג, ווי אַ געשפּענסט־שיף. |