די וואָך איז אין ווין דורכגעגאַנגען די צווייטע סדרה פֿון פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די וועלט־מלוכות און איראַן. און אָט, דעם 21סטן אָקטאָבער, מעלדט דער הויפּט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרער ענערגיע בײַ דער "יו־ען", מאָכאַמעד על־באַראַדעי, אַז איראַן איז מסכּים צו באַטראַכטן דעם פּראָיעקט פֿון אַן אָפּמאַך אַרום איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין די ראַמען פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט, פֿאָרגעלייגט אָנהייב חודש בײַ די פֿאָריקע פֿאַרהאַנדלונגען אין זשענעווע,
מוז איראַן איבערשיקן קיין רוסלאַנד, נאָך ביזן סוף יאָר, אַרום 75% פֿון נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום און דאָרט וועט עס שוין דערפֿירט ווערן צום נייטיקן סטאַנדאַרט. נאָך דעם וועלן שוין אין פֿראַנקרײַך אויסגעפֿאַרטיקט ווערן די ברענשטאָף־שטענגלעך.
די גדולה איז גרויס! דער מערבֿ איז צופֿרידן, וואָס מ'האָט כאָטש עפּעס זיך דערשלאָגן אין דער פֿאַרשלעפּטער פּראָבלעם; איראַן איז אַוודאי נישט אַנטוישט, ווײַל אַזאַ באַשלוס האָט מען פֿאָרט אָנגענומען אין טעהעראַן, און ער דערמעגלעכט אָנצוגייען ווײַטער מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.
די דאָזיקע הסכּמה מאַכט נאָך בולטער די מיינונג, אַז צו רעדן מיט טעהעראַן וועגן אָפּשטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם איז אַן אומזיסטע טירחה. צי ווערן אַראָפּגענומען פֿונעם סדר־היום די ביז־איצטיקע צוויי אָפּציעס מכּוח דער לייזונג פֿון דער איראַנישער פּראָבלעם? דהײַנו: אָדער באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, אָדער מסכּים זײַן מיטן געדאַנק, אַז איראַן ווערט אינגיכן אַ נוקלעאַרע מלוכה.
צו די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען האָט טעהעראַן צוגעשיקט אַ מיטלמעסיקן טשינאָווניק, וואָס זײַן שליחות ביז אַהער איז געווען פֿאָרצושטעלן איראַן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן נוקלעאַר־קאָמיטעט בײַ דער "יו־ען". אַנדערש געזאָגט, אַ פֿאַרשטעקל צו פֿאַרשטעקן אַ לאָך אויף די פֿאַרהאַנדלונגען. די אַמעריקאַנער פֿאַרקערט, האָבן דעלעגירט אין ווין, וווּ עס קומט פֿאָר די צווייטער רונדע פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, דעם שטעל־פֿאַרטרעטער פֿון ענערגיע־מיניסטער, דאַניעל פּאָונמען.
די אייראָפּעיִשע פּרעסע ווײַזט נישט אַרויס קיין אָפּטימיזם און דערוואַרט נישט קיין סענסאַציעס, כאָטש באַראַדעי האָט עס אונטערגעטראָגן ווי אַ גרויסן אויפֿטו. אַדרבא, ס'רובֿ עקספּערטן, מומחים אין תּחום פֿון זיכערהייט, האַלטן זיך בײַ דער מיינונג, אַז דעם פּראָצעס, ווען איראַן ווערט אַ נוקלעאַרער כּוח איז שוין נישט אָפּצושטעלן. די דײַטשישע צײַטונג "פֿאָקוס" באַטאָנט, אַז די "בושס אַדמיניסטראַציע איז צו פֿאַרטאָן געווען אינעם קאַמף מיט טעראָריזם אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, און פֿאַרזען די נוקלעאַרע צוגרייטונגען פֿון די איראַנישע מולאַס".
דער איצטיקער באַלעבאָס פֿון "ווײַסן הויז", באַראַק אָבאַמאַ, זוכט נאָך אַלץ דיפּלאָמאַטישע וועגן אײַנצושטילן די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון זײַן איראַנישן קאָלעגע, מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד. אָבער חוץ פּוסטער מליצה, אָדער ניט־דערוויזענע באַשולדיקונגען (ערשט לעצטנס, נאָכן טעראָר־אַטאַק דרום־מיזרחדיק פֿון איראַן, וואָס האָט אומגעבראַכט 40 מענטשן, זײַנען אין דעם באַשולדיקט געוואָרן אַמעריקע, ענגלאַנד און פּאַקיסטאַן), האָט זיך נאָך פֿון צד־שכּנגד קיין קאָנסטרוקטיווער ענטפֿער נישט געהערט. צי וועט דער פּאַרעווער שוואַרץ־וואַריאַנט פֿון דעם איצטיקן אָפּמאַך — וואָס אַלע צדדים האָבן דערווײַל נישט קיין קלאָרן פּראַקטישן געדאַנק, ווי אַזוי דאָס וועט אַרבעטן, און צי עס וועט אַרבעטן בכלל — וועט פֿונדעסטוועגן העלפֿן דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אָנצונעמען אין די נאָענטע חדשים אַן ערנסטן באַשלוס? — אַ זאַך, וואָס ער האָט זייער נישט ליב צו טאָן.
צוריק גערעדט, האָט שוין דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט נישט קיין סך וואַריאַנטן בײַם אַרויסברענגען זײַן באַשלוס. עס בלײַבט אים נאָר טיילן זיך מיט דער פֿרייד פֿון על־באַראַדעי, און דערמיט, שטילערהייט, אויסצושרײַבן אַכמאַדינעדזשאַדן אַ צײַגעניש פֿון אַ מיטגליד אינעם נוקלעאַר־קלוב.