‫פֿון רעדאַקציע

שוין אַ היפּש ביסל צײַט ווי אַרום דער פֿראַכטשיף Arctic Sea גייען אום לעגענדעס, ענלעך צו די אַלטע פּיראַטן־מעשׂיות וועגן די געשפּענסט־שיפֿן, וואָס וואַנדערן איבער די ימען־אָקעאַנען, און קיינער קאָן אויף זיי נישט אָנטרעפֿן. אין הײַנטיקע צײַטן זײַנען מיר שוין געוווינט געוואָרן, אַז ים־פּיראַטן זײַנען ווײַט נישט קיין פֿאַרשוווּנדענע פּערסאָנאַזשן; וואָס שייך געשפּענסט־שיפֿן, האָט די געשיכטע אַרום דער Arctic Sea, וואָס איז פּלוצעם און אויף אַ גאָר סודותפֿולן אופֿן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן סוף יולי, זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויך איצט איז נישט אויסגעשלאָסן אַזאַ דערשײַנונג, ווי אַ געשפּענסט־שיף.

וואָס זשע איז דאָס פֿאַר אַ געשיכטע אַרום דער פֿראַכטשיף Arctic Sea, וואָס האָט אויפֿגערודערט די וועלט־מעדיאַ און אָנגערירט דעם כּבֿוד פֿון רוסלאַנד? אַז אויף פֿאַרבאָטענער סחורה, בפֿרט געווער, קאָן מען פֿאַרדינען משוגענע געלטער, איז בפֿירוש נישט קיין סוד. ס'איז מסתּמא נישטאָ אַזאַ לאַנד, וואָס וואָלט עס נישט געטאָן, פֿאַרשטעלנדיק די אומלעגאַלע און אומגעזעצלעכע מעשׂים אונטער פֿאַרשידענע אויסגעטראַכטע שילדלעך פֿון נישט־עקזיסטירנדיקע פֿירמעס און אונטער אַ פֿאָן פֿון עקזאָטישע לענדער.

אַזוי איז געווען איצט אויך, ווען די רוסלענדישע שיף Artic Sea, אונטער דער פֿאָן פֿון מאַלטאַ, איז אָפּגעשוווּמען פֿון פֿינלאַנד אָנגעלאָדן מיט האָלץ. גאָר אין גיכן איז די פֿראַכטשיף צוגעשטאַנען צום רוסלענדישן פּאָרט קאַלינינגראַד, וווּ מ'האָט זי געמוזט רעמאָנטירן. ביז אַהער לייגט זיך אַלץ אויפֿן שׂכל, אָבער ווײַטער הייבן זיך אָן ממש מיסטישע זאַכן.

ווי עס באַשטעטיקט די ענגלישע צײַטונג The Sunday Times, איז דער רעמאָנט געווען בלויז אַ תּירוץ, כּדי אָנצופֿילן די שיף־טריומען מיט וואָפֿן. נישט פּשוט וואָפֿן, נאָר מיט סאָפֿיסטיקירטן וואָפֿן — ראַקעט־קאָמפּלעקסן C-300. אַזאַ געווער, פֿאַרשטענדלעך, פֿאַלט נישט אַראָפּ פֿונעם הימל. פֿראַגעס קומען באַלד אויף אַ סך, און קודם־כּל, ווער קאָן האַנדלען מיט אַזעלכע מאָדערניזירטע ראַקעטן, וואָס צוצוקומען צו זיי (שוין אָפּגערעדט, איבערצופֿירן פֿון איין אָרט צו אַ צווייטן) איז נישט אַזוי פּשוט? די ענגלישע צײַטונג, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף אירע פֿאַרטרוילעכע קוואַלן, שרײַבט, אַז געטאָן האָבן עס עטלעכע געוועזענע מיליטער־לײַט, פֿאַרבונדן מיט די קרימינעלע עלעמענטן.

ווער זשע זײַנען די בעלנים פֿון אַזאַ אַרטיקל? ס'איז אויך נישט קיין סוד, אַז אַ גרויסן אינטערעס צו דעם מין ראַקעטן ווײַזט אַרויס איראַן. טעהעראַן און מאָסקווע אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן האָבן שוין אַפֿילו אונטערגעשריבן צווישן זיך אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן איראַן קויפֿט אײַן C-300 ראַקעטע אויף אַ סומע פֿון 4 מיליאַרד דאָלאַר. ישׂראל, פֿאַרשטייט זיך, האָט זיך באַלד קעגנגעשטעלט: C-300 וואָלטן ממשותדיק פֿאַרפֿעסטיקט די מיליטערישע כּוחות פֿון איראַן, בפֿרט די קעגן־לופֿט באַשיצונג. די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד האָבן פֿונדעסטוועגן אָפּגעהאַלטן דאָס צושטעלן (יעדנפֿאַלס אָפֿיציעל) צו איראַן די C-300.

און אָט לייענען מיר ווײַטער אין The Sunday Times: די שיף האָבן פֿאַרכאַפּט פּיראַטן, וואָס די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־דינסט "מוסד" האָט זיי כּלומרש געדונגען און זיי האָבן שוין די שיף פֿאַרשטעקט ערגעץ אין אַ ווײַטן אַפֿריקאַנער ווינקל, פֿאָדערנדיק פֿון רוסלאַנד אויסלייז־געלט. דערמיט האָבן די ישׂראלים, ווי עס דערקלערט די צײַטונג, צעשטערט דאָס געשעפֿטל, און געמאַכט אַזוי, אַז ס'זאָל זיך אויפֿהויבן אַרום דעם ענין אַ רעש. צו וואָס? צוצוציִען דעם אויפֿמערק צו דעם "מיסטעריעזן פֿאַל". צוריק גערעדט, כּדי נישט אונטערצורײַסן די צווישן־באַציִונגען מיט רוסלאַנד, האָט ישׂראל מיטגעטיילט מאָסקווע, וווּ די שיף געפֿינט זיך און זי איז טאַקע גיך באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די פּיראַטן.

עס חידושט נישט, וואָס די רוסלענדישע אָפֿיציעלע מקורים, בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו, לייקענען אָפּ, אַז די פֿראַכטשיף האָט איבערגעפּעקלט קיין איראַן די ראַקעטן C-300. עס ווערט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט ישׂראל, פּונקט ווי ישׂראל רעאַגירט נישט אויף די השערות, אַרויסגעזאָגט אין דער ענגלישער צײַטונג. זעט אויס, אַז איצט לוינט ביידע צדדים מער צו שווײַגן...

און די שלימזלדיקע שיף Artic Sea שלעפּט זיך דערווײַל ווײַטער איבער די ימען־אָקעאַנען, שוין באַוואַכט מיט אַ רוסלענדישער מיליטערישער שיף, טאַקע יאָ ווי דער לעגענדאַרער "פֿליִענדיקער האָלענדער".