צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד איז לעצטנס אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווירטועלע בריק אונטערן נאָמען "פּערעזאַגרוזקאַ", וואָס מיינט אויף פּראָסט מאַמע־לשון אַן אָנלאָדונג אויף ס'נײַ. יעדער וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ, ווייסט גענוי וואָס דאָס מיינט. מע דאַרף אויך וויסן, אַז בשעת דער דאָזיקער "פּערעזאַגרוזקאַ", קאָן דער קאָמפּיוטער "פֿאַרפֿרוירן" ווערן, אַנדערש געזאָגט, ס׳קאָן זיך שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אַלץ בלײַבט הענגען אין די ווירטועלע ספֿערן — נישט אַהין און נישט אַהער!
ס'איז שווער דערווײַל צו זאָגן, וואָס מיינט מיט דעם נײַעם דיפּלאָמאַטישן טערמין וואַשינגטאָן: צי טאַקע אָנהייבן די באַציִונגען מיט רוסלאַנד פֿון אַ ווײַסן בלאַט, אָדער צו באַטראַכטן די ווײַטערדיקע באַציִונגען פֿון אַ נײַעם קוקווינקל? אַזוי צי אַזוי, נאָר די לעצטע טרעפֿונגען סײַ צווישן ביידע פּרעזידענטן — דעם אַמעריקאַנער באַראַק אָבאַמאַ און דעם רוסלענדישן, דמיטרי מעדוועדיעוו — סײַ דער באַזוך פֿונעם מלוכה־סעקרעטאַר הילאַרי קלינטאָן אין מאָסקווע, האָבן דערווײַל די צווישן־באַציִונגען מיט נײַע מעשׂים נישט אָנגעלאָדן.
נאָך מער, זיי בלײַבן הענגען אויפֿן עקראַן פֿון די פּאָליטישע געשעענישן, וואָס קומען לעצטנס פֿאָר און האָבן אַ שײַכות צו ביידע לענדער, ווי מע וואָלט זיך אומגעקערט צו די צײַטן פֿון פֿאַר דער "פּערערסטרויקאַ". קודם־כּל, גייט דאָ די רייד וועגן דער פּאָזיציע פֿון רוסלאַנד צו דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָבלעם. ווי מיר געדענקען, בעת דער טרעפֿונג אין פּיטסבורג בײַ דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון די 20 לענדער, האָט מעדוועדיעוו צוגעזאָגט אָבאַמאַן, אַז "אויב ס'וועט זײַן נייטיק אָנצונעמען סאַנקציעס קעגן איראַן וועלן מיר זיי אָננעמען".
טאַקע באַגײַסטערט פֿון די פֿילצוזאָגנדיקע ווערטער, איז הילאַרי קלינטאָן געפֿאָרן קיין מאָסקווע. ווי מיר האָבן געשריבן שוין אין אונדזער אַ לייט־אַרטיקל, האָט די מלוכה־סעקרעטאַרין דערהערט אין מאָסקווע פֿון איר קאָלעגע שוין גאָר אַנדערע ווערטער: "מע דאַרף זיך נישט אײַלן מיט סאַנקציעס, כּל־זמן עס זײַנען נאָך דאָ שאַנסן בײַ די דיפּלאָמאַטן".
אין דער זעלבער צײַט, ווען הילאַרי קלינטאָן האָט זיך געפֿונען אין מאָסקווע, האָט דער זיכערהייט־מיניסטער פֿון רוסלאַנד אין זײַנעם אַן אינטערוויו געזאָגט, אַז רוסלאַנד האָט אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דערמעגלעכט איר צו לאָזן אין גאַנג געווער, ווען זי וועט האַלטן פֿאַר נייטיק און קעגן וועמען זי וועט האַלטן פֿאַר נייטיק. פֿאַרשטייט זיך, אויב ס'וועט עמעצער דראָען איר זיכערהייט.
אויף אַזאַ מין רוסישן טײַטש פֿון "פּערעזאַגרוזקאַ" האָט שוין רעאַגירט אין זײַן אינטערוויו מיט דער ראַדיאָ־סטאַנציע "פֿרײַהייט", דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָזעף בײַדען. "וואַשינגטאָן, אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד, שטעלט אַרויס צוויי פֿאָדערונגען: ערשטנס, אויפֿצוהערן טיילן די וועלט אויף השפּעה־ספֿערעס. מיר וועלן דאָס נישט דערלאָזן און זיך אַליין אין דעם נישט באַטייליקן. צווייטנס, קיין מלוכה האָט נישט קיין רעכט אָנצוהענגען צו אַ צווייטער מלוכה — זאָל דאָס זײַן אין אייראָפּע אָדער אין אַן אַנדערן וועלט־טייל — איר ווילן בײַם אָננעמען באַשלוסן און אין וועלכע אַליאַנצן זיך צו באַטייליקן".
אפֿשר צום ערשטן מאָל האָט די וואַשינגטאָנער אַדמיניסטראַציע געגעבן צו פֿאַרשטיין, וואָס זי טײַטשט אין דעם דאָזיקן טערמין אַרײַן? "אָנצוקוועטשן אויף דעם קנעפּל ׳פּערעזאַגרוזקאַ׳, מיינט נישט אָפּצוּווישן אַלץ, אַרײַנגערעכנט דעם זכּרון", — האָט באַטאָנט דער וויצע־פּרעזידענט בײַדען.
זייער אַ ממשותדיקע דערקלערונג, בפֿרט אַז רוסלאַנד מאַכט איצט אַלע באַמיִונגען אַרײַינצוכאַפּן אייראָפּע אין איר ענערגעטישער נעץ; פֿירט אַן אונטערהעצערישע אַרבעט קעגן אוקראַיִנע, אַן אָפֿענע קאָנפֿראָנטאַציע אין קאַווקאַז, בפֿרט קעגן גרוזיע; רײַסט אונטער די באַמיִונגען פֿון מערבֿ אָפּצושטעלן די איראַנישע סכּנה — סײַ מיטן העלפֿן איר דירעקט צו אַנטוויקלען די נוקלעאַרע פּראָגראַם און סײַ מיט איר וועטאָיִרן די סאַנקציעס...
דזשאָזעף בײַדען איז געשטימט אָפּטימיסטיש; ער האַלט, אַז רוסלאַנד ווערט וואָס אַמאָל אַלץ מער עקאָנאָמיש אָפּגעשוואַכט, "וואָס וועט צווינגען מאָסקווע נאָכצוגעבן דעם מערבֿ בײַם לייזן וויכטיקע וועלט־פּראָבלעמען," — זאָגט בײַדען און דערקלערט: "אָפּצושוואַכן איר השפּעה אויף די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, פֿאַרקלענערן איר נוקלעאַרן אַרסענאַל און מיטאַרבעטן קעגן איראַן און צפֿון־קאָרעע".
גוטע סטראַטעגישע פּלענער, אָבער זיי דערמאָנען מער אַן אַנדער טערמין "פּערעגרוזקאַ", וואָס מיינט שוין גאָר עפּעס אַנדערש — איבערגעלאָדן. אין אַזאַ פֿאַל בלײַבט דער קאָמפּיוטער שטיין, און צו מאָל אַפֿילו ווערט ער קאַליע.