דעם ערשטן אָקטאָבער דאַרף דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אַרומרעדן זייער ווײַטערדיקן באַשלוס מכּוח דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן. אַן ענין, וואָס באַאומרויִקט הײַנט די מערבֿ־וועלט בכלל און ישׂראל בפֿרט. אייגנטלעך, האָט די דאָזיקע פֿראַגע קיין לייזונג נישט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, אויב אַפֿילו לאָזן אין גאַנג דעם מיליטערישן כּוח און באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, וועט עס נאָר אָפּציִען דאָס שאַפֿן אַ נוקלעאַר געווער אויף דרײַ, פֿיר יאָר.
אַזוי, יעדנפֿאַלס, טענהן די אַמעריקאַנער מומחים: דער אַנאַליטיקער ענטאָני קאָרדעסמאַן און שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס.
מיט אָט דער איבערצײַגונג גייט דער אַמעריקאַנער צד צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש דעם 1טן אָקטאָבער. וואָס איז די שטעלע פֿון די אייראָפּעיִשע מיטגלידער? אייראָפּע איז אַוודאי באַאומרויִקט דערמיט, אָבער ווי ס'איז שוין געווען פֿריִער אין דער געשיכטע, פֿאַרלאָזט זי זיך אויף גאָט און גורל און פֿאַרטיפֿט זיך ווײַטער אין איר דרעמל. רוסלאַנד זאָגט דערווײַל צו צו שטיצן די סאַנקציעס, אויב זיי וועלן דערקלערט ווערן, אָבער כינע האָט שוין איצט דערקלערט, אַז זי וועט עס נישט טאָן. ווי מיר ווייסן, איז גענוג איין שטימע זאָל זאָגן "לא!" — ווערן די סאַנקציעס נישט אָנגענומען.
מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די סיבות, הלמאַי רוסלאַנד און כינע שטעלן זיך קעגן שטרענגע סאַקציעס; רוסלאַנד געניסט פֿון איראַנס מיליאַרדיקע קאָנטראַקטן, טאַקע פֿאַרבונדן מיט נוקלעאַרער טעכנאָלאָגיע, און כינע באַקומען פֿון דאָרטן דעם גרעסטן טייל פֿון אירע נאַפֿט־באַדערפֿענישן. אויב די נײַע סאַנקציעס (אויב זיי וועלן בכלל אָנגענומען ווערן) וועלן אײַנשליסן נאַפֿט־עקספּאָרט, וועלן דערפֿון לײַדן, בלי ספֿק, אויך די איבעריקע מיטגלידער פֿון דעם זיכערהייט־ראַט.
געציילטע טעג פֿאַר דער טרעפֿונג פֿון דעם זיכערהייט־ראַט ווײַזט טעהעראַן אַרויס ממש אַגרעסיווע מעשׂים: פֿירט דורך מיליטערישע געניטונגען פֿון דעם פֿאַנאַטישן "קאָרפּוס פֿון איסלאַמיסטישער רעוואָלוציע"; פּרוּווט אויס אַלטע און נײַע ראַקעטן־סיסטעמען, וואָס פּראַקטיש קאָנען זיי דערגרייכן ישׂראל און די אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזעס אין מיטעלן מיזרח; און לסוף, ווערט אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול די ידיעה וועגן נאָך איין אונטערנעמונג פֿון איבעראַרבעטן נוקלעאַרן ברענשטאָף.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די דאָזיקע מיליטערישע "סטראַשונקעס" ווערן אונטערגעטראָגן מצד טעהעראַן, ווי סתּם, פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירטע געניטונגען. וואָס שייך דעם "נײַעם" נוקלעאַרן אָביעקט, האָבן דאָ די חכמים פֿון איראַן אַרויסגעוויזן אַ טריק, וואָס מיינט: איידער אַ צווייטער זאָל עס אַרויסברענגען ווי אַ מכּה, בעסער עס אַליין דערקלערן ווי אַ סגולה.
אַנדערש געזאָגט, וועגן דער "סגולה" האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געוווּסט נאָך אין מײַ. עס איז געוויס דערגאַנגען אויך צו אַנדערע לענדער, אָבער אַלע האָבן געשוויגן. פֿאַרוואָס? מעגלעך, געהאַלטן ווי אַ וויכטיקע קאָרט אין דער שפּיל פֿון איראַנס נוקלעאַרע צוגרייטונגען... איצט איז די קאָרט געדעקט! איראַן האָט אַפֿילו פֿאַרבעטן די אינספּעקטאָרן פֿון דעם נוקלעאַרן קאָנטראָל בײַ דער "יו־ען", זיך איבערצײַגן אין איראַנס כּשרות.
ס'איז נאַיִוו צו טראַכטן, אַז איראַן וועט זיך אָפּזאָגן פֿון איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, אַפֿילו נאָכן אָננעמען די שטרעגסטע סאַנקציעס. צו פֿאַרלאָזן זיך, אַז אין איראַן וועט פֿאָרקומען נאָך איין רעוואָלוציע און צו דער מאַכט וועלן קומען מענטשן, וואָס וועלן אָפּלאָזן די נוקלעאַרע פּלענער, איז נאָך מער נאַיִווער.
ווי ס'איז שוין געזאָגט געוואָרן, האָט אַמעריקע נישט בדעה צו זוכן מיליטערישע ענטפֿערס צו לייזן די סכּנותדיקע פֿראַגע. וועט עס טאָן ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַקטיש געלאָזט אויף הפֿקער מצד אַמעריקע און דער גאַנצער מערבֿ־וועלט? די וואָך, נאָכן קומען פֿון דער אַלגעמיינער אַסאַמבלעע אַהיים, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, געמאַכט אַ דערקלערונג, אַז ישׂראל גייט בײַטן איר צוגאַנג צו דער איראַן־פּראָבלעם — פֿון מיליטערישן צו אַ דיפּלאָמאַטישן. מה־נישתּנה, וואָס האָט זיך געביטן? ישׂראל דאַרף זיך שאַפֿן אַ פֿרידלעך פּנים אין דער וועלט!
פֿאַר אַ דיפּלאָמאַט קאָן עס אויסזען ווי אַ שיינער זשעסט. צי וועלן אַזעלכע זשעסטן בײַטן "דאָס פּנים" פֿון ישׂראל אין די אויגן פֿון דער וועלט, אָדער מאַכן איראַן ווייכער איז אַ גרויסער ספֿק.