די לעצטע אומרוען אין ירושלים און דאָס סטראַשען מיט אַ נײַער, דריטער אינטיפֿאַדע, האָט זיך גאַנץ גוט געלאָזט פּראָגנאָזירן (לייענט מ. דוניצס אַרטיקל אויף ז' 13). נאָך מער, עס וואָלט אַפֿילו אויסגעזען מאָדנע, ווען די איצטיקע אומרוען וואָלטן נישט געשען. פֿאַרוואָס? מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דער אַלערגישער רעאַקציע פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אין דער אויטאָנאָמיע אויף די רייד וועגן שאַפֿן אַן "אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה".
דאָס מאָל האָט די אַלערגיע זיך פֿאַרשפּרייט אויף די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער, פּאַלעסטינער בירגער פֿון דער ייִדישער מדינה, וואָס געניסן פֿון אַלע פּריווילעגיעס, חוץ איינער — זיך האַלטן בײַ די געזעצן פֿון דעם לאַנד.
צי איז עס אין גרונט אַ נײַע דערשײַנונג? די שטילע מרידה פֿון די ישׂראל־אַראַבער גייט אָן שוין לאַנגע יאָרן, אָבער אין דער לעצטער צײַט האָט זי אָנגענומען כּוח און באַהאַלט שוין נישט אויס איר כּעס און שׂינאה צו די ייִדישע שכנים. עס חידושט שוין נישט, אַז דער איסלאַמישער פֿאַנאַטיקער ראַאַד סאַלאַך, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון די ישׂראל־איסלאַמיסטן, רופֿט הײַנט די אַראַבער צו גיין אין ירושלים, צו פֿאַרטיידיקן דעם הייליקן מעטשעט "אַל־אַקצאַ"; עס רופֿט אויך קיין חידוש נישט אַרויס די חוצפּהדיק־פּראָוואַקאַטיווע דיבורים און מעשׂים פֿון די אַראַבישע דעפּוטאַטן אין כּנסת פֿון דער פּאַרטיי "באַלאַד". הגם די פּאַרטיי גופֿא איז אַ סעקולערע, פֿאַראייניקט זי מיט די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער איין געפֿיל — שׂינאה צו ישׂראל!
וואָס עס פֿאַרחידושט יאָ, איז די אײַזערנע טאָלעראַנטקייט מצד דעם ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט — סײַ צו די פֿירער פֿון דעם איסלאַמיסטישן ישׂראל־לאַגער און סײַ צו די פֿײַנטלעכע פֿירער פֿונעם אַראַבישן סעקולערן לאַגער.
ווי ווײַט די טאָלעראַנטקייט פֿון דער דעמאָקראַטישער ייִדישער מדינה אין מיטעלן מיזרח האָט געווירקט אויף ביידע צדדים פֿון דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט אין ישׂראל, ווײַזט דער אויספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿון סמי סמוחה (סאַמי סאַמאָכאַ), פּראָפֿעסאָר פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט.
אין יאָר 2003 האָט 65.5% אויסגעפֿרעגטע ישׂראל־אַראַבער געהאַלטן, אַז ישׂראל האָט רעכט צו עקזיסטירן, ווי אַ ייִדישע, דעמאָקראַטישע מדינה; דעם חורבן האָט דעמאָלט געלייקנט 28%. אין 2008 האָבן שוין בלויז 41% פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג מסכּים געווען צו אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער, דעמאָקראַטישער מדינה, און 40.5% איז זיכער, אַז דער חורבן־אייראָפּע איז אַן אויסטראַכטעניש פֿון די ציוניסטן. פּראָפֿעסאָר סמוחה באַטאָנט דערבײַ, אַז דאָס אָפּלייקענען דעם פֿאַקט פֿון חורבן איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַלע באַפֿעלקערונג־שיכטן, אַרײַנגערעכנט די אַראַבישע גראַדואַנטן פֿון די ישׂראל־אוניווערסיטעטן. זייער חלק אין דעם איז דער גרעסטער — 37%.
אין יאָר 2008 האָט 47.3% ישׂראל־אַראַבער געווען קעגן דעם, אַז זייערע שכנים זאָלן זײַן ייִדן; אין 2003 האָט עס געהאַלטן בײַ 27.2%. פּראָפֿעסאָר סמוחה דערקלערט דעם שׂינאה־וווּקס מיט דרײַ פֿאַקטאָרן: די צווייטע לבֿנון־מלחמה; די אַקטיווע פּראָפּאַגאַנדע פֿון פֿאַרוואַנדלען די ייִדישע מדינה אין אַ בײַ־נאַציאָנאַלע מלוכה; און די וואַקסנדיקע השפּעה פֿון די אַראַבישע פּאַרטייען, בפֿרט פֿון "באַלאַד", וואָס שוין נישט דער ערשטער דעפּוטאַט אירער אין דער כּנסת איז געכאַפּט געוואָרן אויף שפּיאָנירן לטובֿת "כעזבאָלאַ", און אָפֿענער אַנטי־ישׂראלדיקער טעטיקייט.
וועלן אייניקע זיך טרייסטן: פֿונדעסטוועגן, דאַרף מען אָפּטיילן די פּאָליטיק און פּאָליטיקער פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן און פּשוטע מענטשן. מע דאַרף אפֿשר די אַראַבישע באַפֿעלקערונג נאָך מער אַרײַנציִען אינעם דעמאָקראַטישן פּראָצעס פֿון דער מדינה. פֿאַרבעסערן זייער סאָציאַלן סטאַטוס...
גראָד די טעג האָט מען אויף דער טעלעוויזיע געקאָנט זען אַ סוזשעט, געמאַכט אין מיזרח־ירושלים. ווען מ'האָט געפֿרעגט אַן אַראַבישן בויער, פֿאַרוואָס קומט ער בויען ייִדישע הײַזער, אויב ער האַלט, אַז דער טייל פֿון שטאָט געהערט צו די פּאַלעסטינער. האָט ער זייער קלוג געענטפֿערט. "ערשטנס, גיבן אונדז די ייִדן פּרנסה. מיר אַלע אַרבעטן דאָ זייער גוט, ווײַל מיר ווייסן, אַז די דירות וועלן סײַ־ווי זײַן אונדזערע." — און נאָך אַ פּויזע האָט ער צוגעגעבן: "און נישט נאָר אין מיזרח־ירושלים..."
צי דאַרף מען נאָך מער?!