- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן די בילדער שוין נישט איין מאָל געזען אין טעלעוויזיע: געזונטע, זאַטע פּאַרשוינען גייען שטיל אַרײַן אין די אויטאָבוסן, און ווי נאָר זיי (די אויטאָבוסן) רירן זיך פֿון אָרט, הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער ווילדע אויסגעשרייען... ניין, די אַמנעסטירטע פֿון די ישׂראל־תּפֿיסות פּאַלעסטינער טעראָריסטן געזעגענען זיך נישט און זיי באַדאַנקען נישט פֿאַרן באַפֿרײַען זיי פֿאַר דער צײַט; דאָס זײַנען געשרייען פֿון זיגער. אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט פֿון ישׂראל הייסט אַזאַ אַקציע — "זשעסטן פֿון גוטן ווילן". אין זײַן לעצטן, ניט-פֿאַרענדיקטן אַרטיקל, האָט דער ניו-יאָרקער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין (1883 — 1945) געשריבן וועגן דעם איינציקן שאַנס, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור האָט געהאַט כּדי צו פֿאַרבלײַבן אַ ממשותדיקער קולטורעלער כּוח. דער שאַנס איז געווען אַ "פּשוטער" — צו דערגרייכן דעם ניוואָ פֿון רעליגיע. (דעם עסיי קען מען לייענען אין ריווקינס בוך "גרונט-טענדענצן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע", וואָס איז אַרויס אין 1948, שוין נאָך זײַן טויט.) דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאָרגעקומען. אין דעם זונטיקדיקן נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", דעם 23סטן נאָוועמבער, לייענען מיר, אין אַן אַרטיקל פֿון אַ. סקאָט: "פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם איז איצט אַ חורבן-פֿילם געוואָרן מער אָדער ווייניקער דאָס זעלבע ווי אַ ‘וועסטערן’ צי אַ מלחמה-פֿילם, צי אַ היסטאָריש-עפּישע רעקאָנסטרוקציע מיט שווערדן און סאַנדאַלן — ס׳איז אַ טייל פֿון אַ זשאַנער, וועלכער האָט ווייניקער צו טאָן מיט געשיכטע, איידער מיט דעם וואָס אַ מאַסן-צושויער מעג דערוואַרטן פֿון אַזאַ זאַך. דאָס איז דער איינציקער, אָדער לכל-הפּחות דער סאַמע צוטריטלעכער וועג ניט אויסצומעקן דעם עבֿר פֿונעם זכּרון, כאָטש דאָס איז גלײַכצײַטיק אויך אַ מין אופֿן פֿון פֿאַרגעסן." אין סמוטנע, קווענקלענדיקע צײַטן קומען אָפֿט אַרויס אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַרשידענע "נבֿיאישע פּראָגנאָזן", וואָס בדרך־כּלל דראָען זיי מיט שרעקלעכע סכּנות און קאַטאַקליזמען. דווקא איצט גייען מיר אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַזעלכע סמוטנע נישט־זיכערע צײַטן, וואָס יעדער פֿון אונדז פֿילט (דערווײַל מיט די שפּיץ־נערוון), און זוכט אַ סגולה ווי צו מאַכן דאָס "פֿאַלן" זײַנס, כאָטש אַ ביסעלע ווייכער. ווער פֿון אונדזערע לייענער גלייבט נישט אין דער איצטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט, האָט געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "צענטראַלן שרײַבער־הויז", וואָס געפֿינט זיך אין צענטער פֿון מאָסקווע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק. דאָרט איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס נײַע בוך פֿונעם רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו, וואָס הייסט "׳כאַמאַס׳ — אַ לויב די העלדן". שוין פֿונעם שרײַענדיקן נאָמען אַליין איז קלאָר, וואָס ס׳קאָן לויבן און שטיצן דער מחבר. דער וואַל־געיעג אין אַמעריקע איז געקומען צו זײַן "פֿיניש", אָבער דער אַזאַרט, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, צאַפּלט נאָך אין די הערצער, סײַ בײַ די געווינער, וואָס האָבן "געשטעלט" אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ און סײַ בײַ די פֿאַרלירער, וואָס האָבן דערוואַרט צו זען אין "ווײַסן הויז" דזשאָן מאַק‘קיין. האָבן מיר שוין אין אַמעריקע אַ נײַעם 44סטן פּרעזידענט. זײַן פֿולער נאָמען איז באַראַק כוסיין אָבאַמאַ. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוואַרצער מוסולמענער און די מאַמע אַ ווײַסע קריסטלעכע. ער איז 47 יאָר אַלט, גלענצנדיק געבילדעט און האָט געמאַכט אַ קאָפּדרייענדיקע פּאָליטישע קאַריערע. מיט איין וואָרט, אַ שפּיגעלע פֿון זײַן לאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט; דאָס גרעסטע לאַנד מיט אַ מוסטער־קאָנסטיטוציע און אַנטוויקלטסטער דעמאָקראַטיע. איין קלייניקייט: אַ שוואַרצער בירגער איז געוואָרן איר פּרעזידענט! ישׂראל גייט צו נײַע וואַלן. די דאַטע צו דעם איז באַשטימט געוואָרן אויפֿן 10טן פֿעברואַר 2009. דאָס מיינט, אַז אין "ווײַסן הויז" וועט שוין צו יענער צײַט באַלעבאַטעווען דער נײַער פּרעזידענט. צי איז עס וויכטיק? מסתּמא יאָ, ווײַל פֿאַר ישׂראל איז תּמיד וויכטיק געווען צו פֿילן אין וואָסער זײַט בלאָזט דער ווינט פֿון וואַשינגטאָן. צי האָט עס געהאָלפֿן? נישט יעדעס מאָל, אָבער אין די קריטישע מאָמענטן האָט אַמעריקע אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע.
די וואָך, אין די לעצטע טעג פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין מינסק אָפּגעמערקט געוואָרן דער 65סטער יאָרצײַט, זינט ס‘זײַנען ליקווידירט געוואָרן די לעצטע ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. סוף זומער 1943 האָבן זיך אין די געטאָס פֿונעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד נאָך געפֿונען אַרום 30 טויזנט ייִדן. די לעצטע ייִדן, פֿון די געטאָס אין די שטעטלעך גלובאָקאָ און לידע, ווי אויך די רעשטלעך פֿון מינסקער געטאָ, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער. יעדעס יאָר קומט עס פֿאָר פֿאַר די ייִדישע יום־טובֿים, און ס‘איז שוין אַרײַן אין שטייגער פֿונעם ישׂראל־לעבן. קיין אויסנאַם איז עס נישט געוואָרן אויך די איצטיקע יום־טובֿים, און מיר לייענען אין די לעצטע ידיעות, אַז לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿונעם שוץ־מיניסטער, וועט פֿונעם 13טן ביזן 21סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף די טעג פֿון יום־טובֿ סוכּות, אײַנגעפֿירט ווערן אַ "פֿולע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע". די דעבאַטע לעצטן דינסטיק צווישן ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן נאָר באַשטעטיק דעם מיין, אַז אַ חודש פֿאַר די וואַלן, האָבן ס‘רובֿ וויילער שוין באַשלאָסן בײַ זיך פֿאַר וועמען צו שטימען. די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאָמפּאַניעס CNN און CBS באַלד נאָך דער דעבאַטע, האָבן געוויזן כּמעט דעם זעלבן רעזולטאַט, וואָס עס איז געווען פֿאַר דער דעבאַטע: דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָן מאַק‘קיין גרייכט אַרום 9% שטימען, מער גענייגט צום דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט. אויב וועלן מיט איין וואָרט אָפּשאַצן די פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד מכּוח מערבֿ, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע וואָרט געווען — "צולהכעיס". באַזונדערס בולט דריקט זיך עס אויס נאָכן קאָנפֿליקט מיט גרוזיע, ווען דער מערבֿ האָט פֿאַראורטיילט די אַגרעסיווע אויפֿפֿירונג דאָרט פֿון מאָסקווע. איצט, ווען אין דער "יו־ען" ווערט אַרויסגעשטעלט אויפֿן סדר־היום די פֿראַגע פֿון פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן איראַן, "שטעקט" רוסלאַנד אַרויס איר צונג צו וואַשינגטאָן. |