די דעבאַטע לעצטן דינסטיק צווישן ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן נאָר באַשטעטיק דעם מיין, אַז אַ חודש פֿאַר די וואַלן, האָבן ס‘רובֿ וויילער שוין באַשלאָסן בײַ זיך פֿאַר וועמען צו שטימען. די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאָמפּאַניעס CNN און CBS באַלד נאָך דער דעבאַטע, האָבן געוויזן כּמעט דעם זעלבן רעזולטאַט, וואָס עס איז געווען פֿאַר דער דעבאַטע: דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָן מאַק‘קיין גרייכט אַרום 9% שטימען, מער גענייגט צום דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט.
זעט אויס, אַזוי וועט עס שוין בלײַבן, אַפֿילו נאָך דער לעצטער, דריטער דעבאַטע; אויב ס‘וועט, חלילה, נישט אויסברעכן אַ נײַע אָנשיקעניש. ס‘איז דאָך נישט קיין סוד, אַז דווקא דער פֿינאַנץ־קראַך און די גאַנצע "שוואַרצע חתונה" אַרום דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין לאַנד און איבער דער וועלט, האָבן צוגעשפּילט דעם דעמאָקראַטישן פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וואָס איז פֿאַרן אויסבראָך אָפּגעשטאַנען פֿון זײַן רעפּובליקאַנער קאָנקורענט אויף 5—6 פּראָצענט שטימען.
די היפּוכדיקייט פֿון ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן:דאָס זײַנען מענטשן פֿון פֿאַרשידענע דורות, פֿאַרשידענער דערציִונג און בילדונג, לעבנס־דערפֿאַרונג, פֿאַרשידענע סבֿיבֿות און סאָציאַלע שיכטן; זייער אונטערשייד איז אַזוי גרויס, אַז מע קאָן אויף זיכער זאָגן, אַז אין די קינדער־יאָרן האָבן זיי זיך געשפּילט אין גאָר פֿאַרשידענע שפּילעכלעך, און אין דער יוגנט געלייענט פֿאַרשידענע ביכער. שוין אָפּגערעדט, פֿון זייער פּאָליטישער אָנגעהעריקייט און קוקווינקל אויף דער געזעלשאַפֿט און וועלט־פּראָבלעמען.
די צווייטע דעבאַטע, האָט נאָך שטאַרקער אונטערגעשטראָכן זייער אַנדערשקייט און היפּוכדיקייט: דזשאָן מאַק‘קיין — הויט־און־ביין אַ יורש פֿון דער מיליטער־אַריסטאָקראַטיע, און באַראַק אָבאַמאַ — אַן אָפּשטאַמלינג פֿון די שוואַך־פֿאַרזיכערטע סאָציאַלע שיכטן, וואָס זײַן גלענצנדיקע בילדונג האָט אים דערמעגלעכט זיך פֿון דאָרטן אַרויסצורײַסן.
די דעבאַטעס אַרום דעם איצטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס האָבן נישט געקאָנט אַרײַנברענגען עפּעס אַ קלאָרקייט אין די קעפּ פֿון די וויילער, אָנגעשראָקן און פֿאַרצווייפֿלט פֿון די "וואָל־סטריט"־ידיעות און פֿון די סתּירותדיקע רעפּאָרטאַזשן און אַנאַליזן אין דער מעדיאַ. ביידע קאַנדידאַטן האָבן נישט קיין לייזונג פֿאַר דעם, ווי עס האָבן זי דערווײַל נישט די פֿינאַנץ־גדולים און עקאָנאָמיע־מומחים. אַזאַ פּרעצעדענט איז נאָך אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע נישט געווען. אַן אַנדער זאַך איז, אַז ביידע קאַנדידאַטן אין דער פּערספּעקטיוו, האָבן אויסגעלייגט זייערע פּלענער אויף אַזאַ אופֿן, ווי ס‘וואָלט בכלל קיין שום קריזיס הײַנט נישט געווען און דער אויסערלעכער חובֿ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָלט נישט דערגרייכט טריליאָנען דאָלאַרן. אַזאַ אָפּגעריסנקייט פֿון דער ווירקלעכקייט ווײַזט, אַז ביידע קאַנדידאַטן זײַנען מער פֿאַרכאַפּט מיטן אַזאַרט פֿונעם "פּרעזידענטן"־געיעג גופֿא, ווי זיי וואָלטן געטראַכט וועגן דעם אינהאַלט פֿון זייער מעגלעכער פּרעזידענטשאַפֿט. פּראָסט גערעדט: אַבי צו קומען דער ערשטער. מאָרגן, זאָל זיך גאָט זאָרגן!
קומט טאַקע ווייניק אין באַטראַכט, אַז דער חודש ביז די וואַלן וועט אַרײַנברענגען אינעם גאַנג פֿון דער וואַל־קאַמפּאַניע ממשותדיקע ענדערונגען. נישט די עקאָנאָמיע וועט על־פּי־נס זיך שטעלן אויף די פֿעסטע פֿיס, נישט די בערזעס וועלן אָנהייבן אַ משוגענעם באַרג־אַרויף... סײַדן אין באַגדאַט וועט אויף דעם געוועזענעם צענטראַלן כוסיין־פּלאַץ דורכגעפֿירט ווערן אַ זיגרײַכער פּאַראַד פֿון דעם אַמעריקאַנער מיליטער, וואָס פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד; און אין אַפֿגאַניסטאַן וועט דער "טאַליבאַן" אונטערטראָגן אויף אַ גאָלדענעם טאַץ בין לאַדענס קאָפּ; איראַן וועט זיך אויסלערנען פֿאַרשטיין גוט דעם האַרוואַרדער ענגליש און אָפּשטעלן זײַן נוקלעאַרע פּראָגראַם; און רוסלאַנד וועט פֿאַרבײַטן די דרײַ בוכשטאַבן "KGB" אויף אַנדערע דרײַ אותיות... אַגבֿ, אין רוסיש מיינען די דרײַ אַנדערע אותיות גאָר אַ מיאוס וואָרט. ווער עס ווייסט דאָס נישט, זאָל אים ניט שאַטן!