- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די דעבאַטע לעצטן דינסטיק צווישן ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן נאָר באַשטעטיק דעם מיין, אַז אַ חודש פֿאַר די וואַלן, האָבן ס‘רובֿ וויילער שוין באַשלאָסן בײַ זיך פֿאַר וועמען צו שטימען. די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאָמפּאַניעס CNN און CBS באַלד נאָך דער דעבאַטע, האָבן געוויזן כּמעט דעם זעלבן רעזולטאַט, וואָס עס איז געווען פֿאַר דער דעבאַטע: דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָן מאַק‘קיין גרייכט אַרום 9% שטימען, מער גענייגט צום דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט. זעט אויס, אַזוי וועט עס שוין בלײַבן, אַפֿילו נאָך דער לעצטער, דריטער דעבאַטע; אויב ס‘וועט, חלילה, נישט אויסברעכן אַ נײַע אָנשיקעניש. ס‘איז דאָך נישט קיין סוד, אַז דווקא דער פֿינאַנץ־קראַך און די גאַנצע "שוואַרצע חתונה" אַרום דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין לאַנד און איבער דער וועלט, האָבן צוגעשפּילט דעם דעמאָקראַטישן פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וואָס איז פֿאַרן אויסבראָך אָפּגעשטאַנען פֿון זײַן רעפּובליקאַנער קאָנקורענט אויף 5—6 פּראָצענט שטימען. די היפּוכדיקייט פֿון ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן:דאָס זײַנען מענטשן פֿון פֿאַרשידענע דורות, פֿאַרשידענער דערציִונג און בילדונג, לעבנס־דערפֿאַרונג, פֿאַרשידענע סבֿיבֿות און סאָציאַלע שיכטן; זייער אונטערשייד איז אַזוי גרויס, אַז מע קאָן אויף זיכער זאָגן, אַז אין די קינדער־יאָרן האָבן זיי זיך געשפּילט אין גאָר פֿאַרשידענע שפּילעכלעך, און אין דער יוגנט געלייענט פֿאַרשידענע ביכער. שוין אָפּגערעדט, פֿון זייער פּאָליטישער אָנגעהעריקייט און קוקווינקל אויף דער געזעלשאַפֿט און וועלט־פּראָבלעמען. די צווייטע דעבאַטע, האָט נאָך שטאַרקער אונטערגעשטראָכן זייער אַנדערשקייט און היפּוכדיקייט: דזשאָן מאַק‘קיין — הויט־און־ביין אַ יורש פֿון דער מיליטער־אַריסטאָקראַטיע, און באַראַק אָבאַמאַ — אַן אָפּשטאַמלינג פֿון די שוואַך־פֿאַרזיכערטע סאָציאַלע שיכטן, וואָס זײַן גלענצנדיקע בילדונג האָט אים דערמעגלעכט זיך פֿון דאָרטן אַרויסצורײַסן. די דעבאַטעס אַרום דעם איצטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס האָבן נישט געקאָנט אַרײַנברענגען עפּעס אַ קלאָרקייט אין די קעפּ פֿון די וויילער, אָנגעשראָקן און פֿאַרצווייפֿלט פֿון די "וואָל־סטריט"־ידיעות און פֿון די סתּירותדיקע רעפּאָרטאַזשן און אַנאַליזן אין דער מעדיאַ. ביידע קאַנדידאַטן האָבן נישט קיין לייזונג פֿאַר דעם, ווי עס האָבן זי דערווײַל נישט די פֿינאַנץ־גדולים און עקאָנאָמיע־מומחים. אַזאַ פּרעצעדענט איז נאָך אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע נישט געווען. אַן אַנדער זאַך איז, אַז ביידע קאַנדידאַטן אין דער פּערספּעקטיוו, האָבן אויסגעלייגט זייערע פּלענער אויף אַזאַ אופֿן, ווי ס‘וואָלט בכלל קיין שום קריזיס הײַנט נישט געווען און דער אויסערלעכער חובֿ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָלט נישט דערגרייכט טריליאָנען דאָלאַרן. אַזאַ אָפּגעריסנקייט פֿון דער ווירקלעכקייט ווײַזט, אַז ביידע קאַנדידאַטן זײַנען מער פֿאַרכאַפּט מיטן אַזאַרט פֿונעם "פּרעזידענטן"־געיעג גופֿא, ווי זיי וואָלטן געטראַכט וועגן דעם אינהאַלט פֿון זייער מעגלעכער פּרעזידענטשאַפֿט. פּראָסט גערעדט: אַבי צו קומען דער ערשטער. מאָרגן, זאָל זיך גאָט זאָרגן! קומט טאַקע ווייניק אין באַטראַכט, אַז דער חודש ביז די וואַלן וועט אַרײַנברענגען אינעם גאַנג פֿון דער וואַל־קאַמפּאַניע ממשותדיקע ענדערונגען. נישט די עקאָנאָמיע וועט על־פּי־נס זיך שטעלן אויף די פֿעסטע פֿיס, נישט די בערזעס וועלן אָנהייבן אַ משוגענעם באַרג־אַרויף... סײַדן אין באַגדאַט וועט אויף דעם געוועזענעם צענטראַלן כוסיין־פּלאַץ דורכגעפֿירט ווערן אַ זיגרײַכער פּאַראַד פֿון דעם אַמעריקאַנער מיליטער, וואָס פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד; און אין אַפֿגאַניסטאַן וועט דער "טאַליבאַן" אונטערטראָגן אויף אַ גאָלדענעם טאַץ בין לאַדענס קאָפּ; איראַן וועט זיך אויסלערנען פֿאַרשטיין גוט דעם האַרוואַרדער ענגליש און אָפּשטעלן זײַן נוקלעאַרע פּראָגראַם; און רוסלאַנד וועט פֿאַרבײַטן די דרײַ בוכשטאַבן "KGB" אויף אַנדערע דרײַ אותיות... אַגבֿ, אין רוסיש מיינען די דרײַ אַנדערע אותיות גאָר אַ מיאוס וואָרט. ווער עס ווייסט דאָס נישט, זאָל אים ניט שאַטן! זעט אויס, אַזוי וועט עס שוין בלײַבןSubmitted by Srulik on Sat, 2008-10-11 22:45.
Es iz tzu fri tzu derkleren Obama vi a ziger in di valen. Zain oifshtaig in di "opinion polls" iz farurzacht gevorn meistens durch dem fal fun dem Dow Jones un di greise panik fun di amerikaner vegen der virtshaft. Ober es iz gantz meglech az itzt vet di amerikanishe regirung derfolgreich zain in der videroiflebung fun dem aktien mark durch dem "bailout" un investiren gelt in di banken direkt un andere masnamen. Ven der aktien mark fangt on tzu shtaigen vet Obama aropfaln. |