‫פֿון רעדאַקציע

אין זײַן לעצטן, ניט-פֿאַרענדיקטן אַרטיקל, האָט דער ניו-יאָרקער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין (1883 — 1945) געשריבן וועגן דעם איינציקן שאַנס, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור האָט געהאַט כּדי צו פֿאַרבלײַבן אַ ממשותדיקער קולטורעלער כּוח. דער שאַנס איז געווען אַ "פּשוטער" — צו דערגרייכן דעם ניוואָ פֿון רעליגיע. (דעם עסיי קען מען לייענען אין ריווקינס בוך "גרונט-טענדענצן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע", וואָס איז אַרויס אין 1948, שוין נאָך זײַן טויט.) דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאָרגעקומען. די ליטעראַטור איז קיין רעליגיע ניט געוואָרן, און מיר האָבן דאָס וואָס מיר האָבן, נעבעך: מע לייענט זייער ווייניק ייִדישע שרײַבער. אַזאַ מצבֿ איז כאַראַקטעריסטיש אי פֿאַר די ייִדישע אָריגינאַלן, אי פֿאַר די איבערזעצונגען.

אין אַ געוויסן זין שפּיגלט עס אָפּ די אַלגעמיינע לאַגע מיט איבערזעצונגען, בפֿרט אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט. פֿון די בערך 15,000 ביכער-טיטלען, וואָס זײַנען אַרויס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די ערשטע צען חדשים פֿון 2008, זײַנען נאָר 330 טיטלען, אָדער ווייניקער פֿון 2 פּראָצענט, געווען איבערגעזעצט פֿון אַנדערע שפּראַכן. אַז מע רעכנט נאָר די שיינע ליטעראַטור פֿאַר דערוואַקסענע, באַקומט זייך בכלל אַ גאָרנישט מיט נישט. און נאָך איין זאַך: די איבערזעצונגען ווערן געדרוקט, דער עיקר, אין גאָר קליינע פֿאַרלאַגן צי — אין בעסטן פֿאַל — אין אוניווערסיטעטישע פֿאַרלאַגן. אַזוי צי אַזוי, אָבער די דאָזיקע געדרוקטע פּראָדוקציע באַווײַזט זיך אַפֿילו ניט אין די הויפּשטראָמיקע ביכער-געשעפֿטן. דאָס הייסט, אַז מע דאַרף זיי זוכן מיט ליכט, געוויינטלעך ערגעץ אין די אינטערנעץ-טיפֿענישן. רעצענזיעס באַווײַזן זיך וועגן זיי אויך זעלטן און בדרך-כּלל נאָר אין זייער ספּעציאַליזירטע צײַטשריפֿטן.

אין די לעצטע יאָרצענדליקער ווערט דער חלק פֿון איבערזעצונגען אײַנגעשרומפּט. אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט איז עס צען צי אַפֿילו צוואַנציק מאָל קלענער ווי, למשל, אין דײַטשלאַנד, שפּאַניע צי פֿראַנקרײַך. דערצו האָט זיך פֿאַרענדיקט די קאַלטע מלחמה און די מלוכישע שטיצע פֿאַר אַ סך קולטור-פּראָיעקטן האָט זיך אויך אויסגעשעפּט. דאָס פֿילט מען ניט בלויז אין דער איבערזעצערישער פּאָליטיק. עס זענען אויך מינימיזירט געוואָרן ראַדיאָ-אוידיציעס אויף אויסלענדישע שפּראַכן. דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה רופֿט זיך אָפּ אויך אין דער אַקאַדעמישער וועלט. מע פֿאַרמאַכט אָפּטיילן אין אוניווערסיטעטן. דעם זומער איז אַרויס דער סאַמע לעצטער נומער פֿונעם ירושלמער זשורנאַל Jews in Eastern Europe, "ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע“. אין די "אַלטע גוטע צײַטן“ וואָלט אַזאַ זאַך געווען אוממעגלעך.

אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. אונדזער שוועסטער-צײַטונג "Forward“ האָט, דאַכט זיך, ניט געדרוקט קיין איין רעצענזיע פֿון אַזאַ שניט אַזש זינט דעם 1טן יולי 2008, ווען אין דער צײַטונג איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון דאַראַ האָרן מכּוח אַ נײַער איבערזעצונג פֿונעם נסתּרס ראָמאַן "משפּחה מאַשבער“. דאָס איז ניט קיין קריטיק פֿון "פֿאָרוואַרד“. אין תּוך אַרײַן, האָט די צײַטונג כּמעט ניט וועגן וואָס צו שרײַבן. די איבערזעצונגען גייען אַרויס אויפֿן שפּיץ מעסער, קוים וואָס מע זעט זיי. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס גאָר ניט אַלע איבערזעצונגען זײַנען פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט געוואָרן. אָפֿט מאָל איז עס פּשוט אַ רעזולטאַט פֿון אַ גאַנץ אַמאַטאָרישן פּראָיעקט מיטן ציל צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון אַ מחבר, וואָס איז, אַ שטייגער, אַ קרובֿ צי אַ באַקאַנטער פֿון דעם איבערזעצער אָדער דער איבערזעצערין.

עס וואָלט געווען גוט צו וויסן צי איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, "משפּחה מאַשבער“ בתוכם, ווערן געלייענט אין די לייען-קלובן און קרײַזלעך, וואָס זענען טעטיק אין אַלע וויקנלעך פֿון דער וועלט. מע טענהט, אַז אין אַמעריקע אָריענטירן זיך ס׳רובֿ אַזעלכע לייענער-גרופּעס אויף די עצות, וואָס קומען פֿון דער "אָפּראַ ווינפֿרי“-שאָו. עס וואָלט געווען נאַיִוו צו דערוואַרטן, אַז פֿון דעם דאָזיקן קוואַל זאָל קומען אַ באַפֿעל צו לייענען אַן איבערזעצונג פֿון ייִדיש. טאָ ווער לייענט, פֿון דעסטוועגן, די דאָזיקע ביכער? ווייסן מיר עס ניט. אָבער ס׳איז קלאָר, אַז קיין "בעסטסעלערס" ווערן זיי ניט.

דער סך-הכּל איז אַ טרויעריקער. די ייִדישע ליטעראַטור איז פֿאַקטיש אין גאַנצן אַרויסגעפֿאַלן פֿון דעם הײַנטיקן קולטורעלן לעבן. און מע דאַרף עפּעס טאָן מיט דעם. די רייד מוז גיין וועגן אַ ברייטער קאַמפּאַניע, אַ גאַנצן קאָמפּלעקס פֿון אונטערנעמונגען: נײַע אויפֿלאַגעס פֿון די עקזיסטירנדיקע איבערזעצונגען, נײַע איבערזעצונגען, ברייטע רעקלאַמע פֿון דער דאָזיקער ביכער-פּראָדוקציע, באַגעגענישן מיטן פּאָטענציעלן לייענער, לעקציעס אין אוניווערסיטעטן וכ׳. עמעצער דאַרף עס טאָן, אָבער די ייִדישע אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס ווײַזן ניט אַרויס, צום באַדויערן, קיין אינטערעס צו אַזעלכע זאַכן. צי הייסט עס אַז זיי זענען אַנטוישט וואָס די ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון רעליגיע? צי דער גורל פֿון אונדזער ליטעראַטור גייט זיי פּשוט ניט אָן?