‫פֿון רעדאַקציע

אויב וועלן מיט איין וואָרט אָפּשאַצן די פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד מכּוח מערבֿ, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע וואָרט געווען — "צולהכעיס". באַזונדערס בולט דריקט זיך עס אויס נאָכן קאָנפֿליקט מיט גרוזיע, ווען דער מערבֿ האָט פֿאַראורטיילט די אַגרעסיווע אויפֿפֿירונג דאָרט פֿון מאָסקווע. איצט, ווען אין דער "יו־ען" ווערט אַרויסגעשטעלט אויפֿן סדר־היום די פֿראַגע פֿון פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן איראַן, "שטעקט" רוסלאַנד אַרויס איר צונג צו וואַשינגטאָן.

דער לעצטער באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַטאָם־אַגענטור האָט ווידער אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט, אַז טעהעראַן וויל מיט איר נישט מיטאַרבעטן, און דערמיט ווערט נאָך קלאָרער, אַז איראַן גייט ווײַטער אָן מיטן אַנטוויקלען איר נוקלעאַרע פּראָגראַם.

דער דײַטשישער אויסער־מיניסטער, פֿראַנק־וואַלטער שטײַנמײַער האָט לעצטנס דערקלערט, אַז קיין איין קריזיס אין דער וועלט — פֿונעם נאָענטן מיזרח ביז קאַווקאַז און איראַן קען נישט דערליידיקט ווערן, אויב אין דעם וועלן זיך נישט באַטייליקן די גרעסטע צוויי שפּילער: רוסלאַנד און אַמעריקע. די אָפּשאַצונגען פֿון רוסלענדישער באַדײַטונג זײַנען געוויס איבערגעטריבן; ניט אין מיליטערישן זין און ניט אין עקאָנאָמישן זין איז רוסלאַנד ווײַט נישט דער "שטאַרקסטער שפּילער". רוסלאַנד "שפּילט" טאַקע מיט די מוסקלען, אָבער מער, כּדי צו "שפּילט" די מערבֿ־לענדער אויף די נערוון. קעגן וועמען האָט זי אויסגענוצט אירע "מוסקלען"? קעגן גרוזיע, אַ קליין, אומבאַהאָלפֿן מלוכהלע, און מיט דעם בליץ־קריג אָנשרעקן אַמעריקע און דעם גאַנצן מערבֿ?

אָבער אויף אייראָפּע האָט דעם בערס ברומען, זעט אויס, געווירקט. פּונקט ווי עס ווירקן איצט דער מאָסקווער "צולהכעיס" אין איר "שפּיל" קעגן אַמעריקע בשותּפֿות מיט ווענעזועלאַ. אוגאָ טשאַוועס, דער גרעסטער דיקטאַטאָר אין דרום־אַמעריקע, איז יענע וואָך האַרציק אויפֿגענומען געוואָרן פֿונעם רוסלענדישן פּרעזידענט מעדוועדיעוו. די באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען נישט אין מאָסקווע, נאָר אין דער ווײַטער אוראַלער שטאָט אָרענבורג, וווּ עס קומען איצט פֿאָר די גרעסטע מיליטערישע מאַנעוורען זינט דעם קראַך פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אויך אינעם קאַריבישן ים ווערן איצט פּלאַנירט גרויסע מיליטערישע מאַנעוורען פֿון דעם ווענעזועלן מיליטער־פֿלאָט, בשותּפֿות מיט... די רוסלענדישע מיליטער־שיפֿן — 46 יאָר נאָכן אַמעריקאַנער־סאָוועטישן קריזיס צוליב קובאַ. מיר לעבן, דאַנקען גאָט, נישט אין די צײַטן פֿון קאַלטער מלחמה, און לאָמיר האָפֿן, אַז די דאָזיקע מאַנעוורעס וועלן זיך נישט אויסגיסן, חלילה, אין אַ נײַעם "קאַריבישן קריזיס"; דער פֿאַקט אָבער אַליין פֿון וועלן מאַכן אַמעריקע אויף "צולהכעיס" און איר אַ שפּיל טאָן אויף די נערוון, איז קלאָר ווי דער טאָג.

נאָך מער: טשאַוועס און זײַנע חבֿרים אין מאָסקווע האָבן נאָך אין יולי אונטערגעשריבן אַ סטראַטעגישע אַליאַנץ, וואָס איצט שטעקט פֿון איר נאָך שאַרפֿער אַרויס דער אַנטי־אַמעריקאַנער אינהאַלט. אויב אין דעם קאָנטעקסט צו דערמאָנען די הייסע פֿרײַנדשאַפֿט צווישן טשאַוועס און אַכמאַדינעדזשאַד, נעמענדיק אין אַכט זייער "סטראַטעגישע אַליאַנץ" — פֿון איין זײַט, און רוסלאַנדס כּסדרדיקע קונצן, אַבי צו פֿאַרשלעפּן די סאַנקציעס קעגן איראַן — פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט אין גאַנצן קלאָר, וואָס קאָן מיינען אַזאַ מיליטערישער דרײַזײַטיקער בונד: רוסלאַנד־איראַן־ווענעזועלאַ. אַזאַ אַליאַנץ פֿון דרײַ גרעסטע נאַפֿט־האָבנדיקע לענדער קאָן זיך גיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ נאַפֿט־טעראָריזירנדיקן געווער, וואָס איז נישט קלענער פֿון אַ נוקלעאַרער סכּנה.

דערווײַל אָבער, ביז דער מערבֿ שלינגט אַראָפּ רוסלאַנדס "צולהכעיסן", פֿאַרלירט ער נישט בלויז די צײַט, נאָר זײַן כּוח און די השפּעה איבער דער וועלט.