אין דעם זונטיקדיקן נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", דעם 23סטן נאָוועמבער, לייענען מיר, אין אַן אַרטיקל פֿון אַ. סקאָט: "פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם איז איצט אַ חורבן-פֿילם געוואָרן מער אָדער ווייניקער דאָס זעלבע ווי אַ ‘וועסטערן’ צי אַ מלחמה-פֿילם, צי אַ היסטאָריש-עפּישע רעקאָנסטרוקציע מיט שווערדן און סאַנדאַלן — ס׳איז אַ טייל פֿון אַ זשאַנער, וועלכער האָט ווייניקער צו טאָן מיט געשיכטע, איידער מיט דעם וואָס אַ מאַסן-צושויער מעג דערוואַרטן פֿון אַזאַ זאַך. דאָס איז דער איינציקער, אָדער לכל-הפּחות דער סאַמע צוטריטלעכער וועג ניט אויסצומעקן דעם עבֿר פֿונעם זכּרון, כאָטש דאָס איז גלײַכצײַטיק אויך אַ מין אופֿן פֿון פֿאַרגעסן."
אין אָט דעם קאָנטעקסט ווילט זיך אַ לויב טאָן אונדזער קרײַז מענטשן: דער "פֿאָרווערטס"-לייענער געהערט טאַקע צו אַן אוניקאַלן שיכט פֿון הײַנטיקער אינטעליגענץ. וווּ און ווער נאָך אינטערעסירט זיך מיט אַזאַ ברייטער גאַמע ייִדישע טעמעס — אי היסטאָרישע, אי הײַנטצײַטיקע? קיין "פֿאָרווערטס"-לייענער וואָלט בלי-ספֿק ניט אײַנגעפֿאַלן, אַ שטייגער, צו שרײַבן וועגן בערדיטשעוו (אָדער, מער ייִדישלעך, באַרדיטשעוו), אַז ס׳איז "אַ דאָרף אין ווײַסרוסלאַנד" — אַזוי האָט מען די באַרימטע אוקראַיִניש-ייִדישע שטאָט, דעם "ייִדישן פּאַריז", כאַראַקטעריזירט אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן מוזיי", אין דער נײַער אויסשטעלונג געווידמעט דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער.
אָבער דער עולם, וואָס לייענט ניט, נעבעך, דעם "פֿאָרווערטס", באַקומט אָפֿט מאָל ייִדישע היסטאָרישע אינפֿאָרמאַציע דורך קיטש-אימאַזשן. למשל, דאָס שטעטלדיקע לעבן שטעלט מען זייער אָפֿט פֿאָר אין דער עסטעטיק פֿונעם "פֿידלער אויפֿן דאַך". קישט פּראָדוצירט קיטש. נײַע ראָמאַנען און פֿילמען ווײַזן אַן אויסגעטראַכט לעבן פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. פּינקטלעכער, איז עס כּמו מיזרח-אייראָפּעיִש און עס געפֿינט זיך זייער ווײַט פֿון בערדיטשעוו — ערגעץ אין אויסטערלישע אויסרײַסענישן. דער דאָזיקער קינסטלערישער טאַנדעט האָט, אין דער אמתן, אַ געוואַלדיקע מעלה, דהײַנו: סײַ דער שרײַבער (צי דער קינאָ-רעזשיסאָר), סײַ דער לייענער (צי דער צושויער) קען זיך באַגיין אָן זיך פֿאַנאַדערקלײַבן אין דער ייִדישער קולטור. דערצו האָט מען זיך אײַנגערעדט, אַז ס׳איז ממש אַ מיצווה אַרײַנצומישן עטלעכע ייִדישע ווערטער אין ענגליש.
אַ באַזונדערס השפּעהדיקע ראָלע אין דעם קולטור-טאַנדעט קענען שפּילן די "ייִדישע חכמות". וואָס קאָסט אונדז טײַער אויב מענטשן לאַכן? דאָקטוירים הייסן דאָך לאַכן, ווײַל אַ געלעכטער — אַ ייִדישער צי ניט קיין ייִדישער — גיט צו געזונט. די צרה באַשטייט אין דעם, וואָס מיט אָט די וויצן, זייער גראָבע בתוכם, הייבט זיך אָן און פֿאַרענדיקט זיך אָפֿט מאָל די גאַנצע ייִדישע קולטור פֿון אַ מאָדערנעם אַמעריקאַנער, ענגלענדער וכ׳ ייִד.
מיט די וויצן איז אַן ערך אַזוי ווי מיט קולינאַרע ביכער. מע האָט שוין לאַנג באַמערקט, אַז וואָס ווייניקער צײַט אַ פֿרוי (צי אַ מאַנצביל) פֿאַרברענגט בײַם קאָכן, אַלץ גרעסער איז דער שאַנס, אַז דער מענטש פֿאַרמאָגט אַ היפּשע ביבליאָטעק פֿון קולינאַרע ביכער. אַזוי קען מען אויך צעשטעלן אויף די פּאָליצעס פֿאַרשיידענע ביכער וועגן ייִדישן הומאָר. זאָלן זיי זיך שטיין און "פֿאַרייִדישן" די שטוב.
לעצטנס, האָט זיך אַנטוויקלט אַ נײַער מין ייִדיש קיטש: אינטערוויוען. מע פֿאָרט אין פֿאַרוואָרפֿענע און ניט שטאַרק פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלעך פֿון מיזרח-אייראָפּע, למשל, קיין בערדיטשעוו, און מע רעקאָרדירט אַ שמועס מיט עלטערע ייִדישע תּושבֿים. בדרך-כּלל, זיצן די דאָזיקע תּושבֿים אין אַלטפֿרענקישע בגדים (און דאָס איז גוט, ווײַל עס גיט צו "אויטענטישקייט") און דערציילן מעשׂיות — אויף ייִדיש מיט אַ שטאַרקער אונטערמישונג פֿון רוסיש צי אוקראַיִניש צי נאָך עפּעס אַן אָרטיקער שפּראַך. ס׳איז קלאָר, אַז נאָך מער ייִדיש-רעדנדיקע אינפֿאָרמאַנטן קען מען געפֿינען, למשל, אין ניו-יאָרק צי חיפֿה. אָבער דער זשאַנער פֿון קיטש האָט אייגענע שטרענגע געזעצן און פֿאָדערונגען. עס מוז זײַן אַן עקספּעדיציע!
צוריק גערעדט, איז פֿון דעסטוועגן גוט וואָס מע זעט אַרום זיך אַזוי פֿיל ייִדישן קיטש. עס מיינט דאָך, אַז דאָס איז אַ סחורה, וואָס האָט נאָך אַלץ קונים אויף איר. וואָס שייך געדענקען דעם היסטאָרישן אמת, איז דאָס שוין אַן אַנדער מעשׂה. און וועמען, אַ חוץ אַ שמאָלן קרײַז פֿון ספּעציאַליסטן און פֿײַנשמעקער, אינטערעסירט עס בכלל — דער היסטאָרישער אמת?