- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם ערשטן סעפּטעמבער, מיט 70 יאָר צוריק, האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. לעצטנס, גייט אָן אַ שאַרפֿער וויכּוח, ווער איז מער שולדיק אין דעם, אַז די מלחמה האָט אויסגעבראָכן און דער ערשטער קרבן פֿון דער בלוטיקסטער שחיטה איז געפֿאַלן פּוילן. פּוילן באַשולדיקט דעם סטאַליניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט געשלאָסן מיט היטלער־דײַטשלאַנד דעם שעדלעכן "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו פּאַקט" און דערמיט צעבונדן היטלערן די הענט. מע רעשט שוין אַ גאַנצע וואָך אַרום דעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל אין דער "געלער", פּראָ־נאַצישער צײַטונג Aftonbladet, וואָס גייט אַרויס אין שוועדן. מה־רעש? אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט איר זשורנאַליסט, דאָנאַלד באָסטריאָם, אָפּגעדרוקט אַ ידיעה, אַז די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן פֿון די דערהרגעטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן אַרויסגענומען זייערע אבֿרים, כּדי זיי ווײַטער אויסצונוצן אין ישׂראל. אַ מעשׂה, פֿאַרמישט אויף די הײַנטיקע שוידער־פֿילמען וועגן וואַמפּירן און סעריאַלע־־מערדער, און דעם אַלטן בלוטיקן בילבול. סײַ דאָס ערשטע און סײַ דאָס צווייטע זײַנען פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט בײַם פּראָסטן המון אין אַלע לענדער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען נאָך שאַרפֿער געוואָרן די דעבאַטן אַרום דער נײַער שיטה פֿון מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, וואָס עס לייגט פֿאָר דער פּרעזידענט אָבאַמאַ; אַרום אירע "פּלוסן" און "מינוסן", ווען די זאָרג פֿאַרן אַמעריקאַנער חולה נעמט אויף זיך די מלוכה, מיט איר גאַנצער ביוראָקראַטישער קראַפֿט. אין תּוך גערעדט, דערמאָנען די דאָזיקע דעבאַטן אַ מין המשך פֿון דער פּרעזידענט־קאַמפּאַניע, אין וועלכער דער פֿאַרשפּילטער צד, די רעפּובליקאַנער, באַמיִען זיך איצט נוקם צו זײַן אין די דעמאָקראַטן. מיט אַ יאָר צוריק, אין דער זעלבער צײַט, איז אויסגעבראָכן דער בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע. הונדערטער מענטשן פֿון ביידע צדדים זײַנען דערהרגעט געוואָרן, טויזנטער זײַנען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן אַן אָרט צום וווינען. מאָסקווע, ווען ס׳האָבן נאָך גערויכערט די רויִנירטע בנינים, האָט שוין אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע ראַיאָנען — דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, וואָס זײַנען אַדמיניסטראַטיוו געווען טיילן פֿון גרוזיע — ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות. אָנהייב וואָך האָט אין ישׂראל זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿאַרשטאַרקטער דיפּלאָמאַטישער דעסאַנט פֿון אַמעריקע: צווישן זיי — פּרעזידענט אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל און דער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס. יעדער פֿון זיי איז געקומען מיט זײַן אייגענעם צוועק, וואָס שפּיגלט אָפּ די פּריאָריטעטן פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע: די פֿראַגע פֿון בויען נײַע ייִשובֿים אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די פֿראַגע פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם. רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!" מאָנטיק, דעם 13טן יולי, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן אין זײַן קאַנצעלאַריע מיט 16 פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. ווי עס גיט איבער די פּרעסע־דינסט פֿונעם "ווײַסן הויז" זײַנען בעת דער טרעפֿונג אַרומגערעדט געוואָרן די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און ישׂראל. ס‘איז נישט קיין סוד, אַז זינט פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט איבערגענומען די מאַכט, טראָגן די דאָזיקע באַציִונגען אַן אָנגעשטרענגטן כאַראַקטער, בלי ספֿק, אַז די הויפּט פּאָליטישע געשעעניש פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז געוואָרן דער באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין מאָסקווע. אין די לעצטע יאָרן זײַנען די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד געווען ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע; אין רוסלאַנד, האָט זיך כּסדר אויפֿגעבלאָזן אַ העצערישע כוואַליע פֿון שׂינאה און אומצוטרוי. פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן באַשולדיקט וואַשינגטאָן אינעם אונטעררײַסן בכּיוון די פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע זײַלן פֿון דער וועלט; די קומענדיקע וואָך קומט מיט אַ באַזוך קיין רוסלאַנד דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. וואָס וועט זײַן דער סדר־היום און די הויפּט־טעמעס פֿון זײַנע טרעפֿונגען מיט די מאָסקווער רעגירער, איז ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט; עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ס‘וועלן אַרומגערעדט ווערן: די אָנגעווייטיקטע וועלט־פּראָבלעמען פֿון עקאָנאָמיע און פּאָליטיק בכלל, און בפֿרט די טעמע אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, די וואָך, דעם 22סטן יוני, האָט אַמעריקע אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט קירגיזיע, אַ געוועזענע אַזיאַטישע רעפּובליק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, וועגן אײַנאָרדענען אויפֿן שטח פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד "מאַנאַס" דעם "צענטער פֿון טראַנזיט־לאַסטן". מע דאַרף דאָ באַלד פֿאַרפּינקטלעכן, אַז נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אויף דעם זעלבן אָרט געווען אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזע, די פּרעזידענט־וואַלן אין איראַן זײַנען אַדורך, דער פּרעזידענט איז געבליבן דער זעלבער, דער פֿאַנאַטישער שׂונאה־ישׂראל אַכמאַדינעדזשאַד. מיר וועלן מוזן ווײַטער קוקן אויף זײַן פֿאַרוואַקסענער צורה מיט שרויפֿן־חוצפּהדיקע אייגעלעך און הערן זײַנע מיליטאַנטישע אויפֿרופֿן צו פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה. און די מערבֿ־וועלט וועט, ווי ביז אַהער פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט צו באַשליסן עפּעס ממשותדיקס, ווײַזן אים מיטן פֿינגער — "נו־נו־נו!" — און די נײַע אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן וועט זוכן וועגן אים אַוועקצוזעצן בײַם פֿאַרהאַנדלונג־טיש. אַ וויכטיקע פּאָליטישע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין מיטעלן מיזרח: די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין לבֿנון. די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן האָבן איבערראַשט, ווײַל נישט נאָר האָט מען פֿאָרויסגעזאָגט דעם ניצחון פֿון דער שיִיִטישער מיליטאַנטישער "כעזבאָלאַ"; מ׳איז געווען זיכער, אַז דער כעזבאָלישער בלאָק "קאָאַליציע מערץ 8", וועט איבערנעמען די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט. אָבער נאַט אײַך: פּונקט אַ פֿאַרקערטער רעזולטאַט — ס‘רובֿ ערטער אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט וועט פֿאַרנעמען די אַזוי גערופֿענע "קאָאַליציע מערץ 14", |