די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען נאָך שאַרפֿער געוואָרן די דעבאַטן אַרום דער נײַער שיטה פֿון מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, וואָס עס לייגט פֿאָר דער פּרעזידענט אָבאַמאַ; אַרום אירע "פּלוסן" און "מינוסן", ווען די זאָרג פֿאַרן אַמעריקאַנער חולה נעמט אויף זיך די מלוכה, מיט איר גאַנצער ביוראָקראַטישער קראַפֿט. אין תּוך גערעדט, דערמאָנען די דאָזיקע דעבאַטן אַ מין המשך פֿון דער פּרעזידענט־קאַמפּאַניע, אין וועלכער דער פֿאַרשפּילטער צד, די רעפּובליקאַנער, באַמיִען זיך איצט נוקם צו זײַן אין די דעמאָקראַטן.
אין דער אמתן, דרייען זיך ביידע צדדים אויף אַ קאָריק, פֿאַרטיידיקנדיק זייער גערעכטיקייט, און קיינער ווייסט נישט גענוי און פּרטימדיק, וואָס עס מיינט די נײַע שיטה. דעריבער שרעקט איין צד דעם אַנדערן מיט "סאָציאַליזם", און דער אַנדערער קריטיקירט דעם צד־שכּנגד פֿאַר דעם סאָציאַלן אומיושר אין דער איצטיקער פֿאַרזיכערונג־שיטה און איר אומעפֿעקטיווקייט.
וואָס מיינט די "קאַפּיטאַליסטישע שיטה" פֿון מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג נוסח אַמעריקע, ווייסט יעדער בירגער פֿונעם לאַנד; וואָס מיינט די "סאָציאַליסטישע שיטה", ווי מ'האָט איר גיך צוגעטשעפּעט דעם צונאָמעניש — ווייסט קיינער נישט, אָבער נאָר דער שם אַליין שרעקט באַלד אָפּ.
לאָמיר בלויז דערמאָנען, וואָס עס לייגן פֿאָר די אָנהענגער פֿון דער מלוכה־שיטה. ווי ס'איז באַקאַנט כּמעט יעדן פּאַציענט, שרײַבן די דאָקטוירים אָפֿט צו מעדיקאַמענטן, וואָס קאָסטן זייער טײַער; און נישט ווײַל דער פּאַציענט נייטיקט זיך אין זיי, נאָר ווײַל דער דאָקטער גופֿא איז אין דעם פֿאַראינטערעסירט. פּונקט אַזוי קומט פֿאָר מיט העכסט־טײַערע טעסטן און אָפּעראַציעס, שוין אָפּגערעדט וועגן די איבערגעטריבענע קאָסטן, וואָס עס שטעלן צו די מעדיצינישע אָפֿיסן צו די פֿאַרזיכערונג־קאַסעס און די פּאַציענטן. צו קאָנטראָלירן דאָ, ווי ווײַט דער צוגעשטעלטער חשבון איז איבערגעטריבן, איז פֿאַקטיש אוממעגלעך, מחמת ס'איז כּמעט אוממעגלעך דעם פּאַציענט צוצוקומען צו דער פּרײַז־אינפֿאָרמאַציע.
אָבאַמאַס אָנהענגער דערקלערן, אַז אין די ראַמען פֿון אַן אַלגעמיינער מלוכישער שיטה, בײַ אַ צענטראַליזירטן קאָנטראָל איבער די קאָסטן, וועלן די דאָקטוירים פֿאַרשרײַבן די פּאַציענטן נאָר די רפֿואות, אין וועלכע זיי נייטיקן זיך, און שיקן נאָר אויף די טעסטן און צו די ספּעציאַליסטן, וואָס די קראַנקע מוזן דורכמאַכן און באַזוכן. איז שוין גוט?
טענהן די קעגנער פֿון דער מלוכישער שיטה, אַז צו באַזוכן די דאָקטוירים און צו באַקומען מעדיצינישע הילף וועלן קאָנען, קודם־כּל נאָר די, וואָס אַרבעטן נישט (און צאָלן נישט קיין שטײַערן), אָדער זײַנען שוין פּענסיאָנירט. פֿאַרוואָס? ווײַל זיי האָבן צײַט אויסצושטיין אין די לאַנגע רייען, וואָס וועלן בלי־ספֿק אויפֿקומען. שוין אָפּגערעדט וועגן מאַכן בחינם אַן אָפּעראַציע, וואָס ביז מע וועט זיך דערוואַרטן אויף איר, וועט שוין זײַן צו שפּעט; מע סטראַשעט, אַז ס׳וועלן זיך אָפּשטעלן די מעדיצינישע פֿאָרשונגען און דאָס דערפֿינדן פֿון נײַע רפֿואות, ווײַל ס'וועט די געשעפֿטס־לײַט נישט לוינען אין דעם צו אינוועסטירן... מע קאָן נישט זאָגן, אַז אין די סטראַשונקעס איז אַלץ איבערגעטריבן. נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען ווײַט נישט גיין, ס'איז גענוג אויסצופֿרעגן אײַערע פֿרײַנד און באַקאַנטע, וואָס וווינען אין דער שכנישער קאַנאַדע.
באַראַק אָבאַמאַ גיט זיך דערווײַל נישט אונטער. ער פּרוּווט צו איבערצײַגן, אַז דאָס פֿאַרקלענערן די צאָל פֿאַרמיטלער צווישן דעם פּאַציענט און דער מעדיצין־אינדוסטריע, וועט פֿאַרקלענערן די הוצאָות אין דער סיסטעם פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג. זײַנע קעגנער האַלטן אָבער פֿאַרקערט, אַז מלוכה־סטרוקטורן, מיט איר צעבלאָזענעם ביוראָקראַטישן פּערסאָנאַל, וועלן נאָך מער אויפֿפֿרעסן געלטער, ווי די פּריוואַטע אינסטיטוטן.
דער נאָך־פּרעזידענטן געיעג גייט אָן ווײַטער און צעברענט זיך אַלץ שטאַרקער. און ס'איז פֿאַרשטענדלעך: די מעדיצינישע אינדוסטריע אין אַמעריקע איז דער צווייטער זײַל, נאָך דער שוץ־מיליטערישער אינדוסטריע, לויט אירע קאָסטן און דעם געלט־פֿאַרנעם. דער בראָך פֿון דער אַמעריקאַנער מעדיצינישער אינדוסטריע, הינטער וועלכער עס שטייען ריזיקע פֿאַרמאַצעווטישע און פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס, שפּיטעלער מיט זייער גאַנצן פּערסאָנאַל, טויזנטער און טויזנטער פּריוואַטע קליניקעס און אָפֿיסן, אַ מיליאָניקע אַרמיי דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער מיט יוניאָנס און אָן זיי, קען ברענגען אַ גרעסערן עקאָנאָמישן היזק פֿאַרן לאַנד, ווי די ביז־איצטיקע רעצעסיע.
דאָרט, וווּ עס דרייען זיך הונדערטער מיליאַרדן, טרעטן אָפּ די אינטערעסן פֿון דער פּאַרטיי, פֿאָלק און דער מלוכה.