‫פֿון רעדאַקציע

די קומענדיקע וואָך קומט מיט אַ באַזוך קיין רוסלאַנד דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. וואָס וועט זײַן דער סדר־היום און די הויפּט־טעמעס פֿון זײַנע טרעפֿונגען מיט די מאָסקווער רעגירער, איז ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט; עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ס‘וועלן אַרומגערעדט ווערן: די אָנגעווייטיקטע וועלט־פּראָבלעמען פֿון עקאָנאָמיע און פּאָליטיק בכלל, און בפֿרט די טעמע אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס רוסלאַנד האָט צו איר אַ דירעקטן שײַכות; דאָס איצטיקע "פֿערדל" פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט — אַפֿגאַניסטאַן, מחמת אויך רוסלאַנד האָט אין דער פֿראַגע אַ דעה; און מעגלעך, דער סיכסוך אַרום גרוזיע, וואָס די בוש־אַדמיניסטראַציע האָט צוגעלייגט צו דעם אַ האַנט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער צד, גרייט זיך צו אַזאַ טרעפֿונג פֿון פֿריִער און צווישן זײַנע צוגרייטונגען זײַנען פֿאַראַן נישט ווייניק קונצן, וואָס וועלן צו דער פּאַסיקער צײַט אַרויסגעלייגט ווערן אויפֿן פֿאַרהאַנדלונג־טיש. אייניקע פֿון די דאָזיקע קונצן ווערן בכּיוון אַנטפּלעקט — דרכים זײַנען צוליב דעם דאָ פֿאַרשידענע, און וועגן צוויי פֿון זיי וועלן מיר הײַנט זיך אַרויסזאָגן.

דער רוסיש־גרוזינישער קאָנפֿליקט געהערט דווקא צו דעם מין, וואָס זינט אָבאַמאַ איז געקומען צו דער מאַכט, ווערט ער אין די אַמעריקאַנער מעדיאַ ווייניק דערמאָנט. אויך דער פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן זיך נאָך פֿאַקטיש וועגן אים נישט אַרויסגעזאָגט. רוסלאַנד ליגט בפֿירוש אין לעבן, אַז איר "גערעכטיקייט" און אירע באַשלוסן צו אָנערקענען דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, ווי צוויי אומאָפּהענגיקע מדינות — די סיבה פֿונעם קאָנפֿליקט — זאָלן באַשטעטיקט ווערן מצד אַמעריקע, וואָס האָט, ווי געזאָגט, אין בושס צײַטן אונטערגעשטופּט די גרוזינישע פֿירערשאַפֿט צו אײַליקע און ווייניק־נוצלעכע מעשׂים.

גרוזיע קאָן זײַן בײַ די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען אין מאָסקווע אַ קאָזיר אינעם דיפּלאָמאַטישן קאָרטן־פּעשל פֿון רוסלאַנד. וועגן דעם זאָגן עדות די סטראַטעגישע מיליטערישע געניטונגען "קאַווקאַז—2009", וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן די וואָך, ערבֿ אָבאַמאַס באַזוך. אָנגעהויבן, פֿאַרשטייט זיך, נישט צופֿעליק. ווי עס ווערט געמאָלדן, באַטייליקן זיך אין די געניטונגען 8 מיט אַ האַלבן טויזנט מיליטער־לײַט, 200 טאַנקען, 450 בראָנירטע מאַשינען און 250 האַרמאַטן. ס‘איז נישט קיין סוד — און דער בליץ־קריג מיט גרוזיע, ווען די רוסישע טאַנקען זײַנען שוין געשטאַנען בײַם טויער פֿון דער הויפּטשטאָט טביליסי, האָט עס דערוויזן — אַז כּדי צו צעשמעטערן דאָס קליינע לענדעלע, דאַרף רוסלאַנד נישט האָבן אַזאַ אַרמיי, ווי עס באַטייליקט זיך אין די געניטונגען. וואָס זשע יאָ? זאָל דער מערבֿ זען, אַז דער רוסישע "יושר" איז דער יושרדיקסטער יושר אין דער גאָרער וועלט.

צי וועט טאַקע רוסלאַנד אַרײַנדרינגען אויפֿן שטח פֿון גרוזיע איז נאָך אַ גרויסע פֿראַגע, כאָטש די דאָזיקע פֿראַגע ווערט הײַנט ברייט אַרומגערעדט סײַ אין דער גרוזינישער און סײַ אין דער רוסלענדישער מעדיאַס, דווקא אין שײַכות מיט באַראַק אָבאַמאַס באַזוך אין מאָסקווע.

דער צווייטער קאָזיר בעת די פֿאַרהאַנדלונגען וועט זיכער זײַן איראַן. ווי מיר ווייסן, באַטייליקט זיך רוסלאַנד אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם זייער אַקטיוו. אָבער חוץ דעם, איז איראַן אַ לאַנג־יאָריקער קונה פֿון רוסיש געווער; און מיט אַ צײַט צוריק האָט טעהעראַן געשלאָסן אַן אָפּמאַך אײַנצוקויפֿן בײַ רוסלאַנד די זעניט־ראַקעטן קאָמפּלעקסן C-300.

ביז אַהער, אונטערן דראַנג פֿון אַמעריקע און באַזונדערס ישׂראל, האָט מאָסקווע זיך אָפּגעהאַלטן פֿון צוצושטעלן די סאָפֿיסטיקירטע קאָמפּלעקסן, וואָס אַ דאַנק זיי, ווערט שווערער צוצוקומען פֿון לופֿט צו די נוקלעאַרער אָביעקטן אין איראַן; אָבער לעצטנס, בעת דער באַגעגעניש צווישן דעם רוסלענדישן פּרעזידענט מעדוועדיעוו און דעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן, האָט מעדוועדיעוו "אַנטפּלעקט דעם סוד", אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן ברענגט אַרײַן גרויסע געלטער, אין וועלכע רוסלאַנד נייטיקט זיך זייער, בפֿרט אין אַזאַ שווערער צײַט. נאָך מער: "אייניקע אָפּצאָלן האָט טעהעראַן שוין דורכגעפֿירט", — האָט אַפֿנהאַרציק דערקלערט דער רוסלענדישער פּרעזידענט.

די טעג האָט פּרעמיער נתניהו זיך טעלעפֿאָניש פֿאַרבונדן מיט זײַן רוסלענדישן קאָלעגע, פּרעמיער פּוטין און אים ווידער געפּרוּווט איבערצײַגן, אַז דאָס צושטעלן קיין איראַן די ראַקעטן C-300, וועט צעשטערן דעם כּוח־באַלאַנס אינעם מיטעלן מיזרח.

קיין קלאָרן ענטפֿער האָט פּוטין נישט געגעבן. אפֿשר האַלט ער אים פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ? פֿאָרט אַ קאָזיר, און ווי עס פֿירט זיך בײַ גוטע שפּילער אַרום דיפּלאָמאַטישן טיש, האַלט מען די גרעסטע קאָזירן צו — זאָל דער צד־שכּנגד וויסן וועגן דעם, וועט ער זײַן נאָכגעביקער אין די פֿאַרהאַנדלונגען...