‫פֿון רעדאַקציע

ס'האָט אונדז גאָרנישט פֿאַרחידושט דער גוואַלד־פּראָטעסט, וואָס איז אויסגעבראָכן באַלד נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע ים־כּוחות האָבן פֿאַרהאַלטן די אַזוי גערופֿענע "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע". די פּרעסע איבער דער וועלט האָט שוין אַרויסגעקוקט אויף דער סענסאַציע און נאָר געוואַרט אויפֿן סיגנאַל, כּדי זי צעפּויקן מיט אַלע מיטלען.

‫פֿון רעדאַקציע

ווי מע רעדט שוין אַ גאַנצע וואָך, זײַנען פֿון ציפּערן אָפּגעשוווּמען 9 שיפֿן מיט 750 פּאַסאַזשירן און הומאַניטאַרער הילף פֿאַר די אײַנוווינער פֿון עזה. דאָס דאָזיקע שליחות, וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דער איסלאַמישער אָרגאַניזאַציע IHH, ווי אויך אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס זייער הויפּט־ציל איז דורכצורײַסן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די באַטייליקטע מאַכן אַליין נישט קיין סוד, אַז זייער שליחות טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן, אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, איידער באמת אַ הומאַניטאַרן ציל.

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן מײַ האָט טעהעראַן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז איראַן וועט איבערשיקן קיין טערקײַ 1,200 קילאָגראַם נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום ווי אַ גאַראַנט, אַז רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך וועלן איבעראַרבעטן די זעלבע קוואַליטעט אוראַניום אין הייצוואַרג און עס איבערגעבן צו טערקײַ. די דאָזיקע הייצוואַרג וועט באַקומען איראַן, און די מערבֿ־לענדער — די 1,200 קילאָגראַם אוראַניום. אין פֿאַל, אַז דער אויסטויש וועט דורכפֿאַלן, באַקומט באַלד איראַן פֿון טערקײַ איר אוראַניום צוריק.

‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער לעצטער קאָנפֿערענץ בײַ דער "יו־ען", געווידמעט דער נוקלעאַרער אַנטוואָפֿענונג, האָט די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, צוגעזאָגט, אַז אַמעריקע וועט טאָן אַלץ, כּדי צו מאַכן ריין דעם מיטעלן מיזרח פֿון נוקלעאַרן געווער. אויפֿן שׂכל וואָלט זיך געדאַרפֿט לייגן, אַז געמיינט האָט מען דאָ, קודם־כּל, די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן; בפֿרט, נאָך דער מיליטאַנטישער און פּראָוואָקאַטיווער רעדע פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד.

‫פֿון רעדאַקציע

דאָס פֿאַרשפּרייט ווערטל, אַז געלט האָט נישט קיין גערוך, האָט געלאָזט אין גאַנג איבער תּקופֿות און לענדער דער רוימישער אימפּעראַטאָר וויספּאַסיאָן. וואָס פּלוצעם? ווײַל ער האָט דער ערשטער אײַנגעפֿירט געצאָלטע טואַלעטן. דעם כּלל און דעם ספּעציפֿישן איכות פֿון געלט־קופּיורעס האָבן אויסגענוצט און נוצן ווײַטער אויס כאַבאַרניקעס פֿון אַלע צײַטן און לענדער.

‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע וואָך איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן נאָכן וווּלקאַן־אויסבראָך אין איסלאַנד. ער האָט אַפֿילו אַ נאָמען, דער דאָזיקער וווּלקאַן, אָבער אַרויסרעדן אים איז נישט גרינגער ווי צו פֿאַרטראָגן — בעסער עס נישט וויסן!

מיליאָנען פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן אין די פֿלי־פֿעלדער, אַ סך אָן אַ גראָשן געלט — פֿאַרלוירן און דערשלאָגן.

‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, מאָנטיק און דינסטיק איז אין וואַשינגטאָן דורכגעגאַנגען דער "נוקלעאַרער סאָמיט", וואָס אויף אים האָבן זיך צונויפֿגענומען 47 לענדער. צוויי הויפּט־טעמעס זײַנען אויף דער וויכטיקער אַסיפֿה אַרומגערעדט געוואָרן: ווי אַזוי צו פֿאַרזיכערן די נוקלעאַרע אָביעקטן איבער דער וועלט; און ווי אַזוי אויסצומײַדן, אַז דער נוקלעאַרער שטאָף און טעכנאָלאָגיע פֿון פּראָדוצירן אַטאָם־געווער זאָלן נישט אַרײַנפֿאַלן אין טעראָריסטישע הענט (לייענט ז' 2).

‫פֿון רעדאַקציע

איראַן — דער ביין אין גאָרגל פֿון דער מערבֿ־וועלט, זעט אויס, האָט אָנגעהויבן דערקוטשען אויך די אַראַבישע לענדער. וועגן דעם רעדן זיי שוין אויף אַ קול. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "ליגע פֿון אַראַבישע לענדער", האָט לעצטנס דערקלערט, אַז די דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט 22 לענדער, איז געשטימט אָנצוהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט טעהעראַן. אויב די דערקלערונג איז אַ מין רעאַקציע אויף די באַמיִונגען פֿונעם מערבֿ אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון איראַן, איז עס גאָר אַ מאָדנע רעאַקציע.

‫פֿון רעדאַקציע

ווי מע זאָל נישט דרייען, גלייבט זיך פֿאָרט נישט, אַז דער "פּאַטש אין פּנים", ווי עס ווערט פֿאַרטײַטשט דער פֿאַקט, אַז דווקא בעת דעם וויזיט פֿונעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, האָט דער ישׂראלדיקער אינערלעכער מיניסטער געמאָלדן וועגן אָנהייבן בויען 1,600 וווינונגען אין ירושלימער געגנט רמת־שלמה, — איז אַן אומגעלומפּערטער ביוראָקראַטישער "פּאַנטשער", ווי מע זאָגט אין ישׂראל.

‫פֿון רעדאַקציע

"די אַראַבישע ליגע" האָט אָנגענומען אַ באַשלוס: אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון מאַכמוד אַבאַס, מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון אַמעריקע, און אין פֿיר חדשים קומען צו אַ הסכּם. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געענטפֿערט: "אָ׳קיי!" — זיך אין דעם באַשלוס אָנגעכאַפּט, און באַלד געשיקט קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אַ שטויס צו טאָן דעם שלום־צוג און רירן אים פֿון אָרט.

‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם, אַז "נאָך 30 יאָר פֿון לערנען די ייִדישע שפּראַך אין אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד גייט מען איצט אָפּשטעלן די ייִדיש־קורסן. במשך פֿון דער צײַט זײַנען די דאָזיקע קלאַסן געווען די איינציקע אוניווערסיטעט־קלאַסן פֿון ייִדיש אינעם גאַנצן שטאַט מערילאַנד".

לעצטנס האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויך דער בראַנדײַס אוניווערסיטעט, כּדי אויסצוגלײַכן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָט בדעה, צווישן די קירצונגען פֿון אַנדערע פּראָגראַמען, זיך צולייגן אויך צו די ייִדיש־קלאַסן.

‫פֿון רעדאַקציע

ס’איז פּשוט אַ מחיה געווען צו הערן לעצטנס ווי די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דערקלערט די שייכן, אַז אַ מחנה פֿון די אַזוי גערופֿענע "שומרי־רעוואָלוציע" האָבן אויפֿגעשטעלט אין איראַן אַ דיקטאַטור פֿון אַ מיליטערישן און רעליגיעזן דעספּאָטיזם. "די דאָזיקע גרופּע, אין שפּיץ מיטן זון פֿון דעם גײַסטלעכן פֿירער אַלי כאַמענעיִ, — האָט זיי קלינטאָן געלערנט שׂכל, — האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט און טעראָרעזירן דאָס גאַנצע לאַנד".