‫פֿון רעדאַקציע

דאָס פֿאַרשפּרייט ווערטל, אַז געלט האָט נישט קיין גערוך, האָט געלאָזט אין גאַנג איבער תּקופֿות און לענדער דער רוימישער אימפּעראַטאָר וויספּאַסיאָן. וואָס פּלוצעם? ווײַל ער האָט דער ערשטער אײַנגעפֿירט געצאָלטע טואַלעטן. דעם כּלל און דעם ספּעציפֿישן איכות פֿון געלט־קופּיורעס האָבן אויסגענוצט און נוצן ווײַטער אויס כאַבאַרניקעס פֿון אַלע צײַטן און לענדער.

אַקעגן וואָס זײַנען מיר אַוועק אַזוי ווײַט? טאַקע ווײַל די ווירקלעכקייט פֿונעם הײַנטיקן לעבן איז געקניפּט און געבונדן מיטן עבֿר. שולה זקן (זאַקען), וואָס האָט בעת אהוד אָלמערטס ממשלה אָנגעפֿירט מיט זײַן קאַנצעלאַריע, איז די וואָך אַרעסטירט געוואָרן גלײַך אינעם בן־גוריון פֿליפֿעלד. זי איז פֿאַרהערט געוואָרן דורך דער פּאָליציי און זיצט איצט אין דער תּפֿיסה פֿאַר פֿרויען "נווה תּרצה". מיט וואָס זשע האָט די וואַזשנע דאַמע זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט, אַז באַלד נאָך 12 שעה פֿליִען פֿון אַמעריקע, אַפֿילו נישט אָפּגעפֿירט אַהיים די וואַליזקעס מיט מתּנות און זיך נישט אָפּגערוט, איז זי אַרעסטירט געוואָרן?

די זאַך איז, אַז שולה זקן ווערט פֿאַרדעכטיקט אין דעם כאַבאַר־סקאַנדאַל, וואָס נעמט אָן כּוח אונטערן נאָמען Holyland, אין וועלכן ס'איז אַרײַנגעמישט דער עקס־פּרעמיער. דווקא זקן, ווי עס האַלט די אויספֿאָרשונג, איז געווען די פֿאַרמיטלערין צווישן איר "באָס" און דעם צווייטן צד, דאָס הייסט, די וואָס פֿלעגן געבן כאַבאַר.

די טעמע "קאָרופּציע אין ישׂראל" איז שוין נישט קיין נאָווינע. ס'איז געוואָרן אַ לעבנס־שטייגער. ישׂראל איז הײַנט באַקאַנט אין דער וועלט נישט נאָר ווי אַ לאַנד פֿון הויך־סאָפֿיסטיקירטער טעכנאָלאָגיע; ישׂראל שמט מיט איר קאָרומפּירטקייט און לויט דער סטאַטיסטיק, פֿאַרנעמט זי אין דעם "פֿאַרמעסט" דאָס 32סטע אָרט; נישט ווײַט אַוועק פֿון איטאַליע און טערקײַ. נאָך אַן אויספֿרעג אין ישׂראל האָבן 86% בירגער פֿון דער מדינה אַרויסגעזאָגט זייער אומצוטרוי צו די אַנטי־קאָרופּציע־מיטלען וואָס ווערן דאָרט אָנגענומען. דער הויפּט־מקור פֿון קאָרומפּירטקייט ווערן אָנגערופֿן די פּאָליטישע פּאַרטייען (40%), די כּנסת (23%), די מלוכישע אַנשטאַלטן (19%).

מאַכט און פּאָליטישע קאַריערע ווערט אין ישׂראל שוין לאַנג אָנערקענט ווי אַ מיטל צו זײַן נענטער צו דער כאַבאַר־קאָריטע. "פּראָטעקציע" — איז דער בעסטער וועגווײַזער צו מאַכן אַ קאַריערע. דער אינטערעס פֿאַר אַ קאַריערע שטעקט אַפֿילו נישט אַזוי אין הויכן געהאַלט, נאָר אין די אָפּציעס אָנצונעמען וויכטיקע באַשלוסן, וואָס קאָנען אַרײַנברענגען גרויסע געלטער. קאָרומפּירט זײַנען אַלע שיכטן פֿון דער געזעצלעכער, אויספֿירלעכער און פּאָליציייִשער מאַכט.

די מעדיאַ אין ישׂראל איז אָנגעזעטיקט מיט פֿאַרשידענע סקאַנדאַליעזע קאָרופּציע־געשיכטעס. די הויפּט־פּערסאָנאַזשן אין זיי זײַנען נישט אַבי ווער, נאָר די ערשטע פּערזאָנען פֿון דער מלוכה. צוריק גערעדט, וואָס העכער ס'איז די שטעלע, אַלץ גרעסער איז סײַ דער כאַבאַר און סײַ די ריזיקע צו ווערן אַרײַנגעכאַפּט. די זשורנאַליסטן ווייסן וווּ און צווישן וועמען מע דאַרף זוכן קאָרופּציע־סקאַנדאַלן. דער יורידישער עצה־געבער און דער מלוכה־קאָנטראָליאָר זיצן אויך נישט ליידיק.

די וועגן פֿון אונטערקויפֿן טשינאָווניקעס ליגט דורך די מוניציפּאַלע סטרוקטורן. פֿון דאָרט קומען אַרויס די פֿעטע שטיק — שטח צו פֿאַרבויען, כּלערליי שטײַער־פּריווילעגיעס, בוי־פּראָיעקטן וכּדומה. דער וועג פֿון אָלמערטס קאַריערע איז אויך געליגן דורך זײַן ערשטער שטעלע פֿון ראָש־העיר פֿון ירושלים. נאָך דעמאָלט האָט מיט אים מיטגעאַרבעט שולה זקן. און נאָך דעמאָלט פֿלעגן זיי דורכפֿירן זייערע שמוציקע געשעפֿטן און געשעפֿטלעך.

דער קאָרופּציע־ענין אַרום דעם בוי־פּראָיעקט Holyland איז בלויז אַ טייל, אָבער אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער קרימינעלער אויספֿאָרשונג, וואָס ווערט געפֿירט קעגן עקס־פּרעמיער און זײַן קאַנצעלאַריע הויפּטין. עס פֿרייד דאָס אויג, ווען מע זעט ווי שיין עס ווערט פֿאַרבויט די מדינה, און וויפֿל נײַע שאָסייען און בריקן מע שטעלט אויף. די מלוכה צאָלט און די צאָל מיליאַרדערן וואַקסט אויפֿן חשבון פֿון די שטײַער־צאָלער.

איין קלייניקייט: אויב איטאַליע און טערקײַ, די צוויי גרויסע מלוכות, קענען זיך פֿאַרגינען צו לידירן אין דער קאָרופּציע־ליסטע; קאָן אַזאַ "כּבֿוד" זיך אויסלאָזן פֿאַר ישׂראל אין אַ שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע.