‫פֿון רעדאַקציע

ווי מע זאָל נישט דרייען, גלייבט זיך פֿאָרט נישט, אַז דער "פּאַטש אין פּנים", ווי עס ווערט פֿאַרטײַטשט דער פֿאַקט, אַז דווקא בעת דעם וויזיט פֿונעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, האָט דער ישׂראלדיקער אינערלעכער מיניסטער געמאָלדן וועגן אָנהייבן בויען 1,600 וווינונגען אין ירושלימער געגנט רמת־שלמה, — איז אַן אומגעלומפּערטער ביוראָקראַטישער "פּאַנטשער", ווי מע זאָגט אין ישׂראל. שוין זשע איז דער ראָש פֿון דער ישׂראל־רעגירונג אַזוי אָפּגעריסן פֿון דעם וואָס עס פּלאַנירן זײַנע מיניסטאָרן; און די מיניסטאָרן זײַנען אַזוי פֿאַרטאָן אויף זייער מיניסטאָרישער קיך, אַז זיי ווייסן נישט ווער עס קומט צו זיי אין הויז? בפֿרט נאָך אַזאַ גאַסט, ווי דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט!

יעדנפֿאַלס, אין די אַנטשולדיקונגען פֿון פּרעמיער נתניהו און דעם מיניסטער אלי ישי זײַנען אַרויסגעבראַכט געוואָרן דווקא אָט די סיבות. מע וואָלט געקאָנט אין דעם גלייבן, ווײַל אַזעלכע "לאַפּסוסן" אין דער ישׂראל־פֿירערשאַפֿט זײַנען נישט קיין נאָווינע. אָבער אין דער ישׂראל־רעגירונג פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן נישט אַזוי די אינטערעסן פֿון דער מדינה, ווי די אינטערעסן פֿון דער קאָאַליציע, אָדער פּאַרטיי, אָדער אַפֿילו אַ באַזונדערן פֿירער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך אַלעמען איז מען אין אַמעריקע אַרויס פֿון די כּלים. אין ישׂראל האַלט מען דערווײַל דעם פֿאַסאָן און די פּאַלעסטינער שטעלן זיך אין אַ פּאָזע. מיט אַנדערע ווערטער: וואַשינגטאָן האָט שוין בײַ דער געלעגנהייט אַרויסגעשטעלט אַ גאַנצע רשימה פֿאָדערונגען, צווישן וועלכע ס׳איז: אָפּצושאַפֿן דעם באַשלוס פֿון בויען אינעם מיזרח־טייל פֿון ירושלים; צו באַשטעטיקן די כּוונה זיך צו זעצן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש מיט מאַכמוד אַבאַס; אַרויסצוּווײַזן דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אַ נײַעם "זשעסט פֿון גוטן ווילן"; און בעת די פֿאַרהאַנדלונגען אַרומצורעדן נישט בלויז די "טעכנישע", נאָר די פּרינציפּיעלע פֿראַגעס, אַזעלכע ווי דער סטאַטוס פֿון ירושלים און דער אומקער פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים.

אין ישׂראל האָט דער פּרעמיער נתניהו לעצטנס געמאָלדן, אַז ווי עס זאָל ווײַטער נישט זײַן, וועט די געגנט "רמת שלמה", אין מיזרח־ירושלים, בלײַבן אין די גרענעצן פֿון ישׂראל. נאָך מער: נתניהו האָט באַטאָנט, אַז נאָכן אויסגיין פֿון די 10 חדשים, בעת וועלכע ס׳איז "פֿאַרפֿרירט" געוואָרן די בויונג אין יהודה און שומרון, וועט זי ווידער באַנײַט ווערן.

אין ראַמאַלאַ האָט דער פּרעזידענט אַבאַס זיך אָפּגעזאָגט פֿון פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען, ביז ישׂראל וועט זיך אין גאַנצן נישט אָפּזאָגן פֿון אירע פּלענער צו בויען אויף די "אָקופּירטע שטחים"; און דינסטיק האָט דער מיליטאַנטישער פֿליגל פֿון זײַן פּאַרטיי "מאַרטירער־בריגאַדעס פֿון אַל־אַקצאַ" געפֿאָדערט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע דערלויבן זיי צו באַנײַען דעם באַוואָפֿנטן קאַמף קעגן ישׂראל, און מעלדן וועגן אַ "דריטער אינטיפֿאַדע".

צו וואָס האָט ישׂראל געדאַרפֿט דערלאָזן דעם שטעכיקן "לאַפּסוס־קאַקטוס"? אפֿשר צוליב אַרויסווײַזן איר ווילן אָנצונעמען באַשלוסן אַליין אָן אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלונג און דראַנג, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם גורל פֿון ירושלים?

דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דזשעפֿרי גאָלדבערג האָט לעצטנס אַרויסגעזאָגט אין זײַן אַרטיקל די השערה, אַז אַזוי ווי די צווישן־באַציִונגען פֿון אָבאַמאַ און נתניהו האָבן זיך נישט אײַנגעגעבן, מאַכט אָבאַמאַ פּרוּוון צו צעשטערן די איצטיקע רעכט־צענטריסטישע קאָאַליציע פֿון "ליכּוד", "ישׂראל ביתּנו" און ש"ס, און פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ לינק־צענטריסטישער קאָאַליציע, פֿאַרשטאַרקנדיק די פּאָזיציע פֿון "עבֿודה" מיט די שטימען פֿון דער "קדימה"־פּאַרטיי, וואָס געפֿינט זיך איצט אין דער אָפּאָזיציע.

עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די אַדמיניסטראַציע אין "ווײַסן הויז" וואָלט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט אַ מער נאָכגעביקער רעגירונג אין ישׂראל. ס'איז אויך פֿאַרשטענדלעך, אַז אַ "פּאַטש אין פּנים", געקראָגן פֿון אַ פֿרײַנד, טוט וויי שטאַרקער. צוריק גערעדט, קאָן אַ "פּאַטש" פֿון אַ פֿרײַנד אויך מונטערן, ברענגען צו אַ ניכטערן שׂכל. מע זאָגט דאָך: ווי עס פּאַטשט זיך, אַזוי קושט זיך.