איראַן — דער ביין אין גאָרגל פֿון דער מערבֿ־וועלט, זעט אויס, האָט אָנגעהויבן דערקוטשען אויך די אַראַבישע לענדער. וועגן דעם רעדן זיי שוין אויף אַ קול. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "ליגע פֿון אַראַבישע לענדער", האָט לעצטנס דערקלערט, אַז די דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט 22 לענדער, איז געשטימט אָנצוהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט טעהעראַן. אויב די דערקלערונג איז אַ מין רעאַקציע אויף די באַמיִונגען פֿונעם מערבֿ אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון איראַן, איז עס גאָר אַ מאָדנע רעאַקציע.
שוין אַ היפּשע צײַט, אַז די הויך־ראַנגיקע אַמעריקאַנער טשינאָווניקעס פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, אײַנגעשלאָסן דעם שוץ־מיניסטער, ראָבערט גייטס, באַזוכן די אַראַבישע לענדער, כּדי צו געפֿינען אין זיי אַליִיִרטע בײַם אײַנפֿירן קעגן איראַן שטרענגע עקאָנאָמישע מיטלען.
דער באַשלוס, וואָס דאַרף באַקומען אַ הסכּמה אויף דעם סאָמיט אין דער לבֿנונישער שטאָט סירט סוף וואָך, רופֿט, ווייניקסטן, אַרויס אַ חידוש, ווײַל נאָך נישט לאַנג צוריק זײַנען עגיפּטן און סאַודיע, די צוויי דאָמינירנדיקע לענדער אין דער אַראַבישער וועלט, ווי אויך פֿרײַנד פֿון אַמעריקע, זיך קעגנגעשטעלט דעם פּלאַן אָנצושטעלן מער ענגערע פֿאַרבינדונגען מיט טעהעראַן. וואָס זשע איז פּלוצעם געשען?
דער מערבֿ־וועלט איז פֿון תּמיד אָן געווען שווער צו פֿאַרשטיין די מיזרחדיקע רעטענישן פֿון די אַראַבישע מעשׂים. צוריק גערעדט, זעען די אַראַבישע לענדער, וואָס זײַנען אויך באַזאָרגט וועגן דער מיליטאַנטישקייט פֿון איראַן, אַז די מערבֿ־וועלט איז פּשוט נישט מסוגל אָנצונעמען אַן ערנסטן באַשלוס, וואָס וואָלט געקאָנט לייזן די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם. ס'רובֿ פֿון זיי סוניטן, האָבן זיי מורא פֿאַר דער אַגרעסיווער עקספּאַנסיע מצד די מוסולמענער־שיִיִטן. די אַראַבישע לענדער ווילן נישט, אַז איראַן זאָל איבערנעמען דעם אויבנאָן אין מיטעלן מיזרח; און ווי זיי זאָלן נישט פֿײַנט האָבן ישׂראל, ווילן זיי נישט, אַז איראַן זאָל שטיצן דעם "כאַמאַס" אָדער די פֿאַנאַטיקער פֿון "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון.
די פֿירער פֿון דער " ליגע" ווייסן אויך גוט, אַז צו פֿאַרלאָזן זיך אויף דער אומגעלומפּערטער פּאָליטיק פֿון דער "יו־ען" איז נישט קיין קלענערע סכּנה, ווי די אומבאַהאָלפֿנקייט פֿונעם מערבֿ. נעמען זיי דעם גורל אין זייערע אייגענע הענט.
לויטן פֿאָרשלאָג פֿון אַמר מוסאַ, דאַרפֿן טערקײַ און איראַן, די צוויי ניט־אַראַבישע לענדער, אויך אײַנגעשלאָסן ווערן אין דער "ליגע". טערקײַ, אַ פּראָגרעסיוו מוסולמעניש לאַנד, וועט פֿאַרשטאַרקן דעם סוניטישן לאַגער. דערצו פֿירט טערקײַ, לעצטנס, אַ בולטע פּאָליטיק אײַנצושטעלן פֿרײַנדלעכע פֿאַרבינדונגען מיט טעהעראַן. מעגלעך, אַז דורך טערקײַ וועלן די אַראַבישע לענדער געפֿינען דעם דיפּלאָמאַטישן קאָרידאָר צו איראַן.
פֿאַר דער "ליגע פֿון אַראַבישע לענדער" איז שוין כּמעט קלאָר, אַז איראַן וועט גאָר אין גיכן ווערן אַ נוקלעאַרע מלוכה; איז שוין בעסער מיט אַזאַ שכנטע אָנהאַלטן גוטע קאָנטאַקטן. נאָך מער, די "ליגע", וואָלט גערן געווען בעסער צו פֿאָלגן נאָך טעהעראַן, איידער פֿאַלן אַ קרבן פֿון אַ מיליטערישער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן מערבֿ, אָדער ישׂראל און איראַן. פֿון אַזאַ דריי וועלן זיכער לײַדן אַלע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח.
זעט אויס, אַז נישט געקוקט אויף די פֿאַרזיכערונגען און ממשותדיקער מיליטערישער הילף, וואָס אַמעריקע האָט לעצטנס געגעבן אייניקע אַראַבישע לענדער, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זיי פֿון אַ ראַקעטן־אַטאַק מצד איראַן, ציטערט אויף זיי די הויט. איז שוין בעסער צו נעמען דעם גורל אין די אייגענע הענט. יעדנפֿאַלס, דער מערבֿ איז ווײַט און דער מיזרח איז אָט בײַ דער שוועל פֿון דער אייגענער שטוב.